ער הייסט אברהם מאיר

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8966 מאל

ער הייסט אברהם מאיר

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ער הייסט אברהם מאיר
ער דרייט זיך ווי א דרייער
א שוויצער, ער איז אלעמאל דא
לויפט אויף מצבים יעדע שעה
די הויזן טראגער גאר טייט
האלטן די הויזן ווי ער גייט
גראוועטי זאל חלילה נישט געווינען
די הויזן מיט די גאטשעס אראפקומען
ער לויפט צום רעבין האלטן סדר
שטופט אין די שורה ווי אין חדר
צוקוועטשע מזונות אין רעקל
אויך כוס של ברכה אין א דעקל
די רויטע בארד זיינע ווי פייער
די אויגן צולאזט ווי אייער
א ווענדיג מאשין זיין קאר
פאפיטיס און האלב געגעסענע באר
אין טראנק א הארדווער סטאר
מיט טעיפס פון אברהם שור
די באמפער פיל מיט קריצן
דערציילט געשיכטעס פון שוויצן
עסט יענעם און אטעמט גאט
שרייט אויף יענעם און אויך ביי ה' אחד
דינט זיך און אויך דעם בורא
גייט שאפינג מצות פון די תורה
א הייליגע טעלעפון מיט השגחה
אויפן לעפטאפ מאכט נישט די זעלבע הנחה
דארט איז אלעס אינגאנצן אפן
מעלה זיין ניצוצות וואס זענען אנטלאפן
הלכה ולא למעשה איז ביי אים א חק
אבער ער איז נישט א שמאק
ער אטעמט דאך רוחניות צווישן די שורות
און אין די מקוה מכוון עשר ספירות
איי, ווי טוט מען די פאראדאקס פארשטיין
בשבילי נברא העולם, ס'שטימט שוין פיין.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר