ניטשע איז טויט, אוישוויץ איז קאלט, און גאט איז נאכאלץ דא

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
כעלעם'ר מגיד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:36 am
האט שוין באקומען לייקס: 1308 מאל

ניטשע איז טויט, אוישוויץ איז קאלט, און גאט איז נאכאלץ דא

שליחה דורך כעלעם'ר מגיד »

[center]פארלוירן אין די פינסטערניש
בין איך פארטונקעלט פון ליכט
די אמונה פון מיין טאטע, מיין ברודער, מיין באשעפער און רעטטער
העלף מיך אדורכמאכן די נאכט

בלוט אויף מיין געוויסן
און מארד אין געדאנק
ארויס פון די כמארע, איך קריך ארויס פון קבר, צו אט א פרישע חורבן
יעצט מיין גוף איז מיין מזבח

די בלוט פליסט פריי
די רעגן ווערט רויט
גיב מיר די וויין
דו האלט דיר דאס ברויט
און די שטימעס קלונגען אין מיין קאפ
איז גאט דא, צי איז גאט טויט?
איז גאט טויט?

טייכן פון רשעות
פליסען דורך שטארבענדיגע ערד
שווימען אין ביטערניש, זיי מארדן, רויבן, און בארגן, ס'איז קיין מארגן פארהאן
אז די זינדיגער ווערן פארשאלטן
צום גיהינום פון אש
קענט איר קיין נשמה נישט ארויסגראבן
וועמען קענט איר געטרויען ווען פארדארבענקייט און תאווה, די לערע פון אלע אומרעכט
לאזט אייך איבער לעהר און צוקלאפט?

ווען וועט שוין אט דער בייזע חלום פאראיבער? זאגט מיר!
ווען קען איך שוין אויסרייניגען מיין קאפ?
קען מיר איינער ענטפערן
איז גאט טאקע טויט?
איז גאט טאקע טויט?


צו פארזיכערן מיין פיליזאפיע
ביז מיין לעצטן אטעם
רייז איך אפ פון ריאליטעט
צו א לעבעדיגע מוח-טויט
אידענדעפצער זיך מיט פיינט
ביז זאכן ווערן רעכט
מיט גאט און טייוועל צו מיין זייט
פון דעם טונקעל וועט אויפשיינען דאס ליכט

איך באטראכט די רעגן
ווי עס ווערט רויט
גיב מיר נאך וויין
איך דארף נישט קיין ברויט
די רעטענישן וואס האקן מיר אין קאפ
איך גלויב נישט אז גאט איז טויט
אז גאט איז טויט

נישטא וואו צו לויפן
נישטא וואו זיך באהאלטן
איך וואונדער זיך אויב מיר וועלן זיך נאכאמאל טרעפן
אויף די אנדערע זייט
גלויבסטו אין די ווערטער
פון דעם הייליגן בוך?
אדער איז זי נישט מער ווי א לעגענדע
און גאט איז טויט?
און גאט איז טויט?


ריכטיג!

אבער נאכאלץ, שטימעס אין מיין קאפ
זאגן מיר אז גאט איז טויט
דאס בלוט גיסט אראפ
די רעגן ווערט רויט
און איך גלייב נישט אז גאט איז טויט
אז גאט איז טויט[/center]


(Black Sabbath 13)
דער איבערגאנג פון 'תקופת האבן' צום 'תקופת הברונזה' איז צושטאנד געקומען דורך אפאר אויבער-חכמים וואס זענען נישט געווען צופרידן פונעם 'סיסטעם'

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר