בלאט 1 פון 1

סוד שיח

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2015 10:06 pm
דורך געוואלדיג
סוד שיח

לאמיר דא פארשטעלן אביסל
מיט א מאס א פילן שיסל
א מחלוקת טוהט זיך אפ
גלייך פון הימל אראפ
די גוף מיט די נשמה קריגן זיך
און אינדערמיט זיץ איך
איך הער אויס יעדן זייט
און איך בין פון יעדן ווייט

דער גוף שרייט הויעך אויפן קול
צו שמועסן בכל מכל כל
אלע פאליטיק דורך אקערן
און עבירות צו פארמערן
נאר לערנען בשום אופן נישט
דעם קאפ דאס צומישט
ער האלט נישט אז עס לוינט
אויף די כוחות ער שוינט

שרייט די נשמה צוריק
שפרינג נאר אריבער דעם בריק
אביסל לערנען פראביר נאר
און קריך ארויס פונעם בור
וועסטו ענדעקן א נייע וועלט
וואס פיל נחת דארט מען קוועלט
דאס פילט דאך אן מיט תוכן
און גיבט נחת צום לעדי עד שוכן
דעמאלטס וועסטו פארשטיין
וואס איז דאס מיין
כי טוב סחרה מכל סחורה
צו ליב האבן נאר די תורה

זאגט דער גוף איך ווייס נישט וואס
דו ביסט נישט דער בעאלעבאס
דו וועסט נישט זאגן וואס צו טוהן
עס האט דאך נשט קיין זין

שרייט די נשמה הער מיר אויס
און די שטותים ווארף ארויס
וועסטו זעהן אז איך בין גערעכט
און פארקערט איז שלעכט

***

אינמיטן שטיי איך ווי א נאר
און בעהט פתח לנו שער
איך זאל די ריכטיגע החלטה מאכן
ביי אלע גוטע זאכן

הערט מיר אויס, גוטע פריינד
ענק זאלן נישט זיין צו שאנד
אנקומען אויבן ציכטיג און רין
אזוי איז גוט און פיין.