בלאט 1 פון 1

ואתנה את בריתי ביני ובין החושך

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 11:55 am
דורך כעלעם'ר מגיד
כשהשמים מתקדרים בעבים, אז אני אומר שלום
שלום לכם עבים וגשם
שלום לכם טיפות ושיטפון
אנא מכם עבים יקרים
כשתגמרו להמטיר
אל תלכו מפה
כי רק אני מבין שפתכם
העבים והחושך אלי מדברים

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 3:50 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 10:55 pm
דורך אפטעמיסט
זעלטן הערליך שיינע פאעזיע! מורא'דיג. ממש רירענד. ס'איז אייגענס?
---
אבראמאוויטש, וואס איז פשט פון דיין לינק?

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 11:17 pm
דורך כעלעם'ר מגיד
אינטערסאנט איז אז זי איז זייער א נאטורליכע. היינט פארמיטאג בין איך ארויס אין דער גאס און כ'האב געזעהן ווי עס ווערט שטארק פארוואלקענט. אוודאי האט יעדער ליב א ליכטיגע זוניגע טאג, איך אויך. האב איך אבער געטראכט אז די מצב איז שוין יא אזוי זאל איך שוין הנאה האבן אויכעט. דא איז מיר ארויף אויפן געדאנק דעם ערשטען חלק.

גייענדיג נאך א מינוט צוויי בין איך פונקט פארביי א שטח וואס איז אין אלגעמיין טונקעלער פון די אלגעמיינע גאס. נאך מיט א דיקע הימל מיט שווערע וואלקענעס אוודאי און געוויס. דא איז מיר שוין אויפגעבליצט אין מחשבה א צווייטע געדאנק, וואס טאקע איז אזוי פרייליך מיטן פארוואלקענטקייט? אה! טונקעלקייט, די היימליכע טיעפקייט פון זיסן פינסטערניש, דאס איז עס!!. דא האב איך, אין קאפ, פארפאסט דעם צווייטן טייל.

נאך גייענדיג האב איך ארויסגענומען מיין טעלעפאון און איר אויפגעטייפט. ווען כ'האב מיך ענדליך אוועקגעזעצט בין איך עס איבערגעגאנגן און מגיה געווען קליינע שינויים און גלייך ארויפגעשטעלט נאך איידער די וואלקענעס צובלאזען זיך איטליכע אויף זיין וועג

הודעהפורסם: דינסטאג יולי 21, 2015 11:35 pm
דורך אפטעמיסט
אויסערגעווענליך!

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 2:54 am
דורך פריעד באטשי
אפטעמיסט האט געשריבן:אבראמאוויטש, וואס איז פשט פון דיין לינק?

ער האט זיך לכאורה פארמישט מיטן ״ברוך דיין האמת״ אשכול.

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 6:45 pm
דורך יאיר
מאכטפול.