א פינסטערע נאכט...

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג

א פינסטערע נאכט...

הודעהדורך שש משזר » מוצ"ש יולי 25, 2015 11:34 pm

עס איז שווארץ און טינקל
אן אומעטיגן נאכט
איך באהאלט זיך אין ווינקל
אינעם פינסטערן נאכט

מיינע געדאנקען צומישט
איך זיץ און איך טראכט
אבער קלוגער ווער איך נישט
אין דעם פינסטערן נאכט

זיסע בילדער פאר די אויגן
ווערן געבראכט
אבער וואס טוט דאס טויגן
אין דעם פינסטערן נאכט

איך זע מיין שיינעם לאנד
ארץ ישראל עס לייכט
איך דערקען קוים מיין שאנד
פונעם פינסטערן נאכט

מיין טייער לאנד ישראל
זיצט רואיג און באוואכט
אירע לייט זענען פון שטאל
פיל מיט שטאלץ און מאכט

די הייליגע שטאט ציון
צו מיין באוואוסטזיין דערגרייכט
און דער ביהמ"ק טוט ציען
וואו דער שכינה האט פארבראכט

שלעכטע בילדער שווימען פארביי
די רוימער פארפירן א שלאכט
אפילו די שטאלצע אידן שלאגן זיי
מיט רוימישע כוחות ווערט עס נישט פארגלייכט

דער הענקער טיטוס
כאפט א פליג אין זיין יאכט
אבער מיר דען העלפט-עס
מיין געוויסן ווערט נישט לייכט

אוי! שוין צוויי טויזענט יאר
צרות ווערן פאראורזאכט
בלוט בלבולים און רדיפות גאר
לענדער'ס טויערן פאר אונז פארמאכט

די פארשעמונגען קעגן אידישע לייט
די שנאה די אפשיי און פאראכט
די קרייצצוגלער און ת"ח ות"ט
גאט אין הימל צו נעמסטו אין אכט

שפאניע און פארטוגאל ווי הונט געטריבן
דער גוי שטענדיג ער לאכט
און וואס איז פון די אידן געבליבן
איך שפיר ווי איך ווער צוקראכט

קאזאקן, פעטליורא, קישיניווע פאגראמען
עס. עס. און ווערמאכט
'שמע ישראל' שרייען אלע צוזאמען
הימלען שפאלטן זיך, אלעס קייכט

טאטע איך קען נישט מער
מיינע אויגן זענען פייכט
די טרערן קייקלען זיך ס'איז אזוי שווער
ווען וועט זיך ענדיגן דער פינסטערער נאכט

ביזטו דארט באשעפער צו מיין געוויין
ווייל איך שפיר ווי איך פאל אונמאכט
און ווען כ'קלינג דעם גלעקל אין גרויס פיין
הער איך א ווידערקלאנג פון פינסטערן נאכט

אויב מיר זענען דיינע שאף
געב שוין אבאכט
וועק אונז אויף פון שלאף
טראג אונז צוריק צום פראכט

און אין דעם פינסטערן נאכט
פון איין פסוק איך טראכט:
השיבנו ה' אליך ונשובה
חדש ימינו כקדם! - - -
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15705 מאל

Re: א פינסטערע נאכט...

הודעהדורך גראדעמעכעלע » זונטאג יולי 26, 2015 2:11 pm

זייער שיין ר' שש אבער עס איז נישט גערעכט אויסצולאזן די חסדי השם פון די לעצטע זיבעציג יאר וואס כלל ישראל זיצט מער ווייניג רואיג איבער די וועלט ברחניות ובגשמיות,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1819
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2344 מאל

הודעהדורך ירא שמים » מאנטאג יולי 27, 2015 1:32 am

גראדעמעכעלע האט געשריבן:זייער שיין ר' שש אבער עס איז נישט גערעכט אויסצולאזן די חסדי השם פון די לעצטע זיבעציג יאר וואס כלל ישראל זיצט מער ווייניג רואיג איבער די וועלט ברחניות ובגשמיות,

אודאי איז כסדר דא חסדי ה' און אלע חרבונות גלייבן מיר איז לויטער חסדים פאר אונזער ענדגילטיגער גוטס ,
אבער עת רקוד ועת ספוד תשעה באב איז די צייט פון קלאגן אויף וואס מיר האבן נישט ,
פונקט ווי ווען א איינער גייט פון דער וועלט איז נישט די צייט צו לויבן אויף די יארן וואס ער איז יא געווען נאר צו באוויינען און צו שלינגען וואס מיר האבן פארלוירן ועי' כאן שניסיתי להסביר קצת ענין האבלות .
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג יולי 31, 2017 9:20 pm

נאך א יאר פארביי, אין דעם פינסטערן נאכט.


הוקפץ לאחרונה על ידי שש משזר בתאריך מאנטאג יולי 31, 2017 9:20 pm.
באניצער אוואטאר
שש משזר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15705 מאל


גיי צוריק פאעזיע

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט