א פינסטערע נאכט...

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

א פינסטערע נאכט...

שליחה דורך אדנירם »

עס איז שווארץ און טינקל
אן אומעטיגן נאכט
איך באהאלט זיך אין ווינקל
אינעם פינסטערן נאכט

מיינע געדאנקען צומישט
איך זיץ און איך טראכט
אבער קלוגער ווער איך נישט
אין דעם פינסטערן נאכט

זיסע בילדער פאר די אויגן
ווערן געבראכט
אבער וואס טוט דאס טויגן
אין דעם פינסטערן נאכט

איך זע מיין שיינעם לאנד
ארץ ישראל עס לייכט
איך דערקען קוים מיין שאנד
פונעם פינסטערן נאכט

מיין טייער לאנד ישראל
זיצט רואיג און באוואכט
אירע לייט זענען פון שטאל
פיל מיט שטאלץ און מאכט

די הייליגע שטאט ציון
צו מיין באוואוסטזיין דערגרייכט
און דער ביהמ"ק טוט ציען
וואו דער שכינה האט פארבראכט

שלעכטע בילדער שווימען פארביי
די רוימער פארפירן א שלאכט
אפילו די שטאלצע אידן שלאגן זיי
מיט רוימישע כוחות ווערט עס נישט פארגלייכט

דער הענקער טיטוס
כאפט א פליג אין זיין יאכט
אבער מיר דען העלפט-עס
מיין געוויסן ווערט נישט לייכט

אוי! שוין צוויי טויזענט יאר
צרות ווערן פאראורזאכט
בלוט בלבולים און רדיפות גאר
לענדער'ס טויערן פאר אונז פארמאכט

די פארשעמונגען קעגן אידישע לייט
די שנאה די אפשיי און פאראכט
די קרייצצוגלער און ת"ח ות"ט
גאט אין הימל צו נעמסטו אין אכט

שפאניע און פארטוגאל ווי הונט געטריבן
דער גוי שטענדיג ער לאכט
און וואס איז פון די אידן געבליבן
איך שפיר ווי איך ווער צוקראכט

קאזאקן, פעטליורא, קישיניווע פאגראמען
עס. עס. און ווערמאכט
'שמע ישראל' שרייען אלע צוזאמען
הימלען שפאלטן זיך, אלעס קייכט

טאטע איך קען נישט מער
מיינע אויגן זענען פייכט
די טרערן קייקלען זיך ס'איז אזוי שווער
ווען וועט זיך ענדיגן דער פינסטערער נאכט

ביזטו דארט באשעפער צו מיין געוויין
ווייל איך שפיר ווי איך פאל אונמאכט
און ווען כ'קלינג דעם גלעקל אין גרויס פיין
הער איך א ווידערקלאנג פון פינסטערן נאכט

אויב מיר זענען דיינע שאף
געב שוין אבאכט
וועק אונז אויף פון שלאף
טראג אונז צוריק צום פראכט

און אין דעם פינסטערן נאכט
פון איין פסוק איך טראכט:
השיבנו ה' אליך ונשובה
חדש ימינו כקדם! - - -

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר