איך שפיר
רויע געפיהל
איך שפיר
מיר
איך שפיר
קאליר
איך שפיר
דיר
איך פיהל
ס'איז א שפיל
איך פיהל
ס'איז א פערטיגע דיעל
איך פיהל
דער האנט פון גבריאל
איך פיהל
ווייל איך פיהל
די הארץ זי ברומט
די נפש שווימט
די נשמה פלאקער
די תאוה אקער
שטריכן פון סוד
ליכט פון הוד
אטאמ'ן פון וואונדער
אבות און קינדער
אוי, די ווערטער ארים און שוואך
די טינט גשם פון א רוחני צו א זאך
עמער לאזן דא די פעדער
וואס מוטשעט ווי א פגר
צוריק לויפן אין זיך צונויף שמועסן
עפעס טיפער פון שפראך צו זוכן.
איך פיהל
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 9069 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8969 מאל
דער אשכול פארמאגט 2 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן