בלאט 1 פון 1

די פארכמארעטע לבנה שיין.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 4:58 am
דורך אדנירם
געשריבן אונטער די השראה פונעם פריש געמאכטן הארץ געזאנג פון [tag]רויטע וואנצעס[/tag]: איך פיהל.

ווען דער נפש קלאצט
א נשמה געזאנג שפראצט‎

די נשמה עס לעכצט‎
די הארץ מיט קרעכצט‎

א געוויין, קול דממה דקה‎
מיט טיפע געגועים געמישט טאקע‎

די פינסטערע נאכט מיטשפילט‎
אן אומעטיקייט אנגעפילט‎

א קשיא הענגט אין חלל‎
פארוואס בין איך פארלאזט כשלל‎

א ווידערקול טוט זיך הערן‎
צו וועמען קען איך מיך קערן‎

א טויטער זעל, ארעם פון שפראך‎
עפעס וויל ער, דערטאפט נישט די זאך‎

א שאטן שטעלט זיך, לאכט א בייזע געלעכטער‎
וואס וויל ער, דער שט"ן דער שלעכטער‎

פארקלאפט איז די נשמה, פארצווייפלט אזוי‎
ווער קען דאס אויסמאלן גענוי‎

לבנה כמארעס שמייכלט ראמאנטיש‎
דו ביזט מער נישט רעלעוואנטיש‎

א נארישער אור חוזר פונעם זון‎
שפאצירט ווי א קעניג, האט נישט קיין זין‎

מיר זענען אלע ווי דער לבנה‎
לאכן אדוכשפאצירנדיג א צירקל כל שנה‎

איידל מאיעסטעטיש, אנע אייגענע שיין‎
א טריף אין הארץ, יא, איך וויין‎

פלאסטישע גופים, פאלשע מענטשן‎
וועם זאל איך לויבן, ליבן, און בענטשן‎

אליינס פארכמארעט אין מיין ווינקל‎
יא, ס'איז חושך, פינסטער, און טינקל

ווען וועט די זון צוריק אויפשיינען
ווען וועל איך ענדיגן וויינען?!