חברים,

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1840
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2316 מאל

חברים,

שליחה דורך גראדעמעכעלע »

א וועלט אזוי ריזיג,
שפירט זיך שפיזיג,
מענטשן אלע מיני,
שווארצע ווייסע רויטע גרינע,

שטורעמעס פון אלע זייטן,
קוים איך קען מיר האלטן,
איך ווער פארשוועמט צום תהום,
דורך א ים ברוב עם,

רעגן פון טרערן,
שניי פון שטויב,
ווארפט זיך אין די אויגן,
דערשטיקט דאס הארץ,

און פון צווישן די נעפל,
א אינזעל ערשיינט,
א קליין ליכטזייל,
מיט א פארבלענדענדע שיין,

איך זיץ אויף איר פעסט,
מיין הארץ דארט רועט,
מיינע אויגן עפענען זיך אויף,
קוקן רואיג אויף די וועלט,

ליבע פריינט דאס זענט איר,
א פעלזן שטיין זיך צו האלטן,
אינמיטן א שאקעלדיג וועלט,
פארלוירן אינעם מילך וועג,

איר דערהערט די שטילע שטימעס,
פון סטרינעס פון מיין הארץ,
פארשטייט די טיפע געפילן,
פון אונטער מיינע ווייניג ווערטער,

אייער קשר איז אנגעבינדען,
פעסט צו מיין ריקענביין,
פון דערווייטענס פיל איך זיכער,
דורך אייער שטריק פון ליבע,

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר