א "האזל" אין אוישוויץ

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

א "האזל" אין אוישוויץ

שליחה דורך בעל מדות »

אויפ'ן גראזל
זיצט א האזל
ווייזט מיטן נאזל

כ'האב צו זאגן
אינפא פארמאגן
א פולן מאגן

פארציילן כ'וויל
רעדן בלי גבול
כ'קענישט זיין שטיל

פון פוילן כ'קום
אוישוויץ און ארום
געדרייט אינעם תחום

כ'האב געזען
זאכן געשען
א שרעק געווען

מענטשן גענומען
ביינער צענומען
פיין, אומגעקומען

געמארדעט אן אן עק
געפייניגט מיט שרעק
געטיילט שווערע שלעק

די הונט זיי געביסן
לעבעדיג צוריסן
טרערן געזען גיסן

ווי טויטע זאנגען
זיי געטון דערלאנגען
אין בלוט געפאנגען

די קערפער דאר
די הארץ מיט צער
סקעלעטן אין געפאר

זיי געטון שטויסן
קלעפ אין גרויסן
ווי מיסט אינדרויסן

בלוטערן, געדעכט
מחלות מיט רעכט
קרענק ווי שלעכט

איך פלעג אהין גיין
וועלנדיג פארשטיין
וואס טוט דא פארגיין

נישט צו גלייבן
קוים דערהייבן
אויגן געטון רייבן

כ'פלעג טראכטן
בשעת אבאכטן
ווי זיי שמאכטן

צו נישט זארגן
אפשר מארגן
זיי מיר דערווארגן

דאן אנערקענט
אז אויף די הענט
נומערן געשענדט

נאר איין ראסע
געזיכטער בלאסע
קיינער אויף זיי חסה

רשעות פאשיזם
ליידן, בארבאריזם
קרעכצן, סאדיזם

פייער, קנוילן
אונגארן, פוילן
רויעך זוילן

קערפער, ציינער
איברים, ביינער
בלוט, שטיינער

א קבר די ערד
פארברענט מ'ווערט
קיינעם עס שטערט

עבודה צוואנג
עס. עס. שלאנג
פאלק אין געפאנג

פוילער שוויין!
גענוג די געוויין!
גרויל, געמיין

א וועלט, חורבן
די פאלק, קרבן
געפיל, געשטארבן

קיינער פארפירט
רעכטן באנקראטירט
קיינעם אינטערסירט

טראנספארטן פולע
קינדער אפילו
די גאנצע קהילה

פארוואס לאכן זיי?
ווי כ'פארשטיי
ערמארדן געטריי

ביז מינוטן געציילטע
פלייש אפגעשיילטע
הויפענעס צעביילטע

חוץ אויב פעאיג
זיך צורייסן גענוג
דורכלעבן די קריג

אט די פרוי
א פיצל אוי
פשוט שטרוי

אויווענעס, רויט
לעבן, טויט
שטיקער הויט

פריער געלעבט
פלענער געוועבט
געוואלט, געשטרעבט

יעצט, עליה השלום
שווארץ, א חלום
זיי קלאצן למרום

לעבהאפט נישטא מער
גייסטער, ווי אימער
נשמות, שוועבן לער

וואלקענעס בייזע
דער טויט רייזע
ווערים שפייזע

מענטשן פארניכטעט
קוילן, הינגעריכטעט
רחמנות פארציכטעט.

אוממעגליך
אומדערטרעגליך
אומבאוועגליך

גראז עסן
טעם פארגעסן
אינזעקטן פרעסן

קארטאפל, א נאש!
גניבה אן קיין רעש
שנעל אין טאש

פון קוקן אליין
ברעכן גיין
נישט סובל זיין

נישט זיך עקלען
מי רגלים איינוויקלען
איבערניצן, דערקייקלען

נישט שטרעבן
פלענער לעבן
דא צו וועבן

און נישט מיתה
נאר צער מיאוס'ע
צאנקען, גסיסה

חלש'ן, און דערהאלטן
ביי די ליניע שפאלטן?
אין הייסן און קאלטן

ווער דארף ארויסגיין?
בתי כבוד נישט זיין
אשאד צו זיין ריין

צו דער שחיטה גיי
דו גרויל אוועקשטיי
שטינקסט פון אפשיי

נישט געטוישט וועש
פונקט ווי די פרעש
דיין קלאג פארלעש

דארפסט פרייהייט?
דאן ארבעטן גייט
אויפ'ן טאוול שטייט

איד קום אהער
כ'האב א באגער
שלעפ מיין געווער

דארפסט א שטויס?
האלטסט זיך גרויס?
דאן לעבן אויס!

געמיינע קנעכט
אייער חיות שטעכט
עס מאכן געדעכט

אויף וועלכן אופן
אייער בלוט זויפן
פאר זייף פארקויפן
מ'מאכט זאכן מעגליך.
רעאגיר