קאלטע סטעפעס

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

קאלטע סטעפעס

שליחה דורך אדנירם »

קאלטע סטעפעס
פרירנדע נעכט,
זאג עפעס
וואס ביזטו שלעכט.

ווינטן בלאזן
שאקלן ביימער,
ציטערן גראזן
וואו אהין גיימער.

אנע רחמנות
שניידט קעלט,
שיינע מתנות
פארן וועלט.

ווייסע טעפיכער
קומען שנייען,
וואס גיכער
סיביר'ע געשרייען.

קאלט אין ביינער
קאלט אומעטום,
קאלט זענען שטיינער
קאלט אבער שטום.

קיין ליבע פארהאן
נאר שלאקס רעגן,
זון אנע שיין
פינסטערע וועגן.

***

יאר נאך יאר
באלד אן אלפיים,
קומט דאס פאר
מנה אחת אפיים.

שלעכטע צייטן
טונקעלע יארן,
טוען נישט בייטן
נישט צוריקפארן.

קאלטע גופים
פרירנדע נשמות,
שנים רצופים
מיעוטי איכות וכמות.

שטארקע פראסט
לאנגע נאכט,
פינסטער און פראסט
פינסטער, פארמאכט.

סקרוך און ציטער
כסדר פון פריש,
אן איילבירט ביטער
טרערן איך וויש.

ווינטן אייזיגע
שאקלן צווייגן,
קעלטן שפיזיגע
פרירן און בייגן.

***

האפענונגס שטראלן
זיך באווייזן,
טוען שאלן
אינעם וועטער'ן בייזן.

זון וועט קומען
זון וועט ווארימען,
אויפן שויס גענומען
פארוואגלטן ארימען.

שיינען מיט פרייד
שיינען מיט ליכט,
שיינען אן אפשייד
שיינען איז איר פליכט.

ווארימען זעהלן
ווארימען לייבן,
מיר אויסוועהלן
שלעכטס טרייבן.

קעלטן אוועקפאלן
שנייען אפציען,
זון וועט שטראלן
ביימער בליען.

דודי ירד לגן
לנפשות כמהים,
כי 'שמש' ומגן
ה' א-להים.

***

מה טוב ומה נאה,
וכאן הבן שואל:
מתי אבוא ואראה,
'ובא לציון גואל'.
רעאגיר