שיר השירים קאפיטל 1

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1416 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1682 מאל

שיר השירים קאפיטל 1

שליחה דורך בן תמליון »

האט דער מסבב כל הסיבות מיר דערפירט מיין קאנטרי האט אינעם ביידל דמתקרי שוהלכל קיין ספר פאר א רפואה געהאט בלויז סידור קול יעקב לימי הקץ נא וואס טוט מען אגאנצן ליבן דאווענען? האט מיין אויג געלאנדעט אויפן אור אלטן שיר השירים האב איך אנגעפאנגען זי איבערזעצן אין קאפ אויף מאמע לשון. אויב דער מצב וועט נישט ווערן בעסער קען איך נאך האבן גאנץ שיר השירים נאך אכט וואכן קאנטרי.

שיר השירים...
צו שלמה ליבע קלאנגען
אה! א געזאנג פון געזאנגען


ישקנו...

לאז ער מיר קושן אויפן מויל אליין
דיין ליבע איז געשמאקער פון וויין


לריח...

צום שמעק פון דיינע גוטע איילן
ווי פארפום גיסט דיין נאמען
דעריבער ליבן דיר אינגע דאמען


משכינו...

נעם מיר אוועק, איך וועל לויפן נאך דיר
לאמיר זיך דערקוויקן אן א שיעור

שחורה אני..
איך בין שווארץ, אבער אטראקטיוו אה! טעכטער פון ירושלים
ווי די פירהענג פון שלמה ווי די געצעלטן פון קדרים


אל תראוני...

זעה מיר נישט איך בין שווארץ און טינקל
דען עס האט מיר אפגעברענט די זון
זיי האבן אויף מיר געצערנט די מאמע'ס זין
מיין גארטן איז הפקר אין ווינקל

הגידה לי..
זאג'זשע מיין לעבנ'ס ליבער
ווי פאשעסטו ווי רוהסטו אין אוונט היינט
פארוואס זאל איך וואנדערן אין די פעלדער פון דיינע פריינט

אם לא תדעי לך...
אויב ווייסטו נישט דו הערליכע פון פרויען
גיי נאך די פוס טריט פון די שאף זייערע קלויען

נאוו לחייך...
מיין ליבלונג, דיינע באקן זענען שורות חן
דיין האלז גאלד שנירלעך שיין

צרור המור..
ווי א בינטל באלזאם איז צו מיר מיין ליבער
צווישן מיינע ברוסטן אה! וועט ער נאכטיקן איבער

הנך יפה רעיתי...
אוי ווי שיין ביסטו ליבע מיין
דיינע אויגן ווי א טייבעלע מלא חן

הנך יפה דודי...
ווי גוט ביסטו מיין ליבער דיין שמועס
פריש איז אונזער בעט אה ווי זיס

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר