אין שפיטאל

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
רעאגיר
ברוך בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

אין שפיטאל

שליחה דורך ברוך בער »

דאס דאזיגע קאפיר איך פון דעם טעלעגראם קאנאל "אין שפיטאל". א איד בלי שם אויפן קראנקן בעטל לאזט הערן זיינע געדאנקען פון צייט צו צייט. די פאעזיע ער'ט נעכטן געשריבן איז עפעס זייער שטארק. ( קען איינער זאגן ביטע, איז מעגליך צו לינקען אויפן געוועב צו א ט"ג טשעננעל? אויך איז אפשר דא א וועג צו קומיוניקירן צום בעל הטעשנעל זאגן א חיזוק וכדומה?)


אינדרויסן א פארפלייצונג
די וואלקענעס קרעכצן און ברומען
יעדער אין שטוב מיט הייצונג
אין גאס אוודאי נישט קומען
אין מיין שטוב איז קיהל אביסל
קלאמוטנע פארב אויפ'ן וואנט
פאר וואמיט נעבן בעט א שיסל
די זייגער צום טויט זי שפאנט
די מחשבות לויפן פון 'מאין' צו 'לאן'
ווען 'יזכיר לו' שטייט פאר די אויגן
מאשינען בליצן מאנאטאן
ווען ס'חיות ווערט ארויסגעצויגן
און צווישן מבול און טויט
א שויב א מחיצה אזא
עס ווארפט זיך ווי א עני אין נויט
נעבעך פארכאפט אין רע
מיט יעדן דונער, א טרייסל א ברום
א ווילדן טאנץ אין די ראמען
ס'וויל גיין ווי נאר אומעטום
נאר נישט דא מיט מיר צוזאמען
שנירלעך שלענגלען ווי טייכן
אראפ די שויבן צו דער ערד
זיי וויינען? ניין, זיי קייכן
אזא לעבן, וואס איז עס ווערד
די וואלקענעס ווי אן ארטיסט
רעגן זיין בארשט, וועלט זיין פּאַלעט
גלאז זיין קאנוועס, וואסער זיין טינט
האקט ער זיין בילד ווי מיט א מאַלעט
ווארפט די טינט ווי מאדערן ארט
מאלט א טראגעדיע ווי וואכן צייל איך
אפנים ער זעט מיין 6 חדשים טשארט
ווי משה כתב בדמע מכאן ואילך
רעאגיר