לייף און העלט אינשורענס מיינונגען

אלעס איבער האנדל וואנדל
רעאגיר
מיינונגזאגער

לייף און העלט אינשורענס מיינונגען

שליחה דורך מיינונגזאגער »

איך זיץ זיך רואיג אין כולל ווען מיין אשת (איש) חיל זיצט זיך ביי די ארבעט מקיים צו זיין מיין בזיעת אפיך(ביידע שטראפן זיך גענומען אבי דער מאן זאל אויס וואקסען א גאון) פארשטייט זיך די קאווע ב"ה גיסט זיך ווי וואסער די די אנדרענעלין פאר הויות אביי ורבא מען נאר גיין מיט שטארקע קאפין, תורה איז דאך מטשת.
אין די קאווע שטיקעל מישענדיג די וואסער מיט די שטויב זאל זיין געשמאק קלינגט מיר די טעלעפוין אין טאש.
איך פארשטיי נישט ווען זוכט מיר אינמיטן טאג? מיין אשת חבר ווייסט מיר נישט צו שטערן ווען איך לערן (שרייב) פלייסיג די איצטיגער ארטיקעל. איך וואונדער זיך נישט לאנג, איך לאז איבער די קאווע די נייגער איז שטערקער.
איר האט צוגעטראפן דאס איז דער אינשורענס עידשענט וואס איז געזעצען נעכטן מיט א שוועסטער קינד פון 3 דזשנעראציעס אוועק וואס האט פראצופאל געהאט מיין סעל נומבער ווייל מיין אשת חיל, און יאך האמיר מוציע געווען א שידוך וואס האט נישט קיין הענט און קיין פיס פאר זיין חבר און איך האב געקלונגען פאר אינפורמציה.
אה א גוטן יואלי הייבט ער אן זיין סעילס פיטש מיט א געשמאק. וואס מאכסטו? ב"ה זייער פיין קומט באלד מיין ענטפער. מיט וועמען האב איך די כבוד צו רעדן פרעג איך גלייך אן א צעגערייען. אה איך האב זיך נישט אינטערדאסד קומט דער ענטפער. דאס איז יענקל האכהייזער פון די באקאנטע ריזיגע אינשורענס פירמע איך וואלט געוואלט זיצען מיט דיר פאר אפאר מינוט דיר צו ווייזן וואס איך טוה און ווי איך בין דיר בייהילפיג זיין.
איך האלט אינמיטן לערנען איך וועל ממשיך זיין שארטלי

Sent from my SM-N960U using Tapatalk

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר