געלט שותף אדער סטראגלען ווייטער?

אלעס איבער האנדל וואנדל

געלט שותף אדער סטראגלען ווייטער?

הודעהדורך משה לייזער » דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 12:48 pm

איך בין אריין אין ריעל עסטעיט פאר בערך פינף יאר צוריק, און איך האב גאנץ פיין מצליח געווען זיך געבויעט א שטיקל עמפייר ב"ה (נישט ממש א ריזיגע עמפייר באט גאנץ געשמאק) אבער אזוי ווי איך האב אנגעהויבן אן קיין פעני פון מיין אייגנס האב איך געהאלטן אין איין בארגן געלט פון אנדערע, יעצט קוק איך צוריק און איך שפיר ווי די אומאפיציעלע חובות זענען אביסל מער ווי איך וואלט ווען געוואלט, ספעציעל ווען עס קומט צו קעש פלאו געשעהט אז פון צייט צו צייט וועקט זיך איינע פון די מלווים אויף און דארף צוריק דאס געלט נאך פאר מען קען דאס ארויסנעמען פון די עקוויטי, פאשטייט זיך אז איך האב דעקונג אויף די חובות אין עקוויטי, אבער עס איז נאך אלץ נישט אזוי געשמאק צו טראגן אזא עול אויף זיך, דעריבער בין איך געקומען צו די החלטה אז אפשר איז געקומען די צייט אריינצונעמען א געלט שותף וואז זאל אויסצאלן אלע חובות, צוריק ברענגן די קעש פלאו און פלאץ, און דער שותף וועט אויטאמאטיש באקומען האלב פון מיינע נכסים וואס איך האב געבויט ביז היינט און פון היינט אין ווייטער וועט ער דארפן צושטעלן יעדן דאלער וואס די ביזנעס דארף צו האבן כדאי צו וואקסן די פארטפאליא אזוי ווי עס דארף צו זיין.

יעצט צו מיין שאלה, זאל איך דאס טוהן אדער נישט??

פון איין זייט נעמט דאס אראפ פון מיין קאפ אסאך דאגות פון חובות און נעגעטיוו קעש פלאו, איך בין זורע אין די ביזנעס א מער פרעדיקטבל פיוטור און די געלט דאגה פון היינט אין ווייטער איז מער נישט מיינ'ס.

פון די אנדערע זייט געב איך אוועק אסאך הארעוואניע און עקוויטי וואס איך האב זיך געבויט די אלע יארן, און בעצם וועט דאך די חובות באצאלט ווערן דורך ריפיינענסן וכו' דאס איז דאך נאר א שאלה פון אפאר יאר ווילאנג איך קום אן דערצו יא איך ווען סטראגלען נאך אפאר יאר און ווען איך וועל בעזהשי"ת אנקומען דערצו ווען איך נישט האבן קיין שותף אויפן קאפ.

וואס זאגן אונזערע ביזנעס קעפ?
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

הודעהדורך הוגה » דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 1:40 pm

זייענדיג אין די קאנסאולטינג און ביזנעס ליין און זייענדיג בקשר מיט הונדערטער ביזנעס אונערס און ריעל עסטעיט אינוועסטארס אויף א טעגליכע פארנעם, וואלט איך דיר געזאגט - בדרך כלל - אז אויב קענסטו עס מאכן ארבייטן אן א שותף זאלסטו עס טון. עס איז אלעמאל גרינגער אן א שותף ווי מיט.

אבער מען קען נישט מאכן אזא כלל אויף אלעמאל ווייל א סאך מאל פעלט זיך אויס א שותף מפני כמה סיבות, וממילא קען דיר קיינער נישט ענטפערן בעפאר זיי ווייסן די פונקטליכע פרטים פון די פיינענטשילס, הכל בכל. א יעדע פאל איז אנדערש. עס ווענדט זיך אינעם דיעל און אין די מענטשן אינוואלווד.

די איבעריגע האב איך דיר געשוקט אין אישי. הצלחה רבה בכל אשר תפנה.

.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2828
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7310 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6483 מאל

הודעהדורך הדסים » דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 2:12 pm

משה לייזער האט געשריבן:פון די אנדערע זייט געב איך אוועק אסאך הארעוואניע און עקוויטי וואס איך האב זיך געבויט די אלע יארן.

הוגה זאגט גוט צו דיין שאלה, איך וויל זיך נאר באציען צו די פונקט.

מען געבט נישט אוועק קיין עקוויטי פאר א געלט שיתוף, אויב די האסט באמת עקוויטי אין די ביזנעס וועט עס בלייבן ביי דיר. אבער אסאך מאל האט מען נאר איינגערעדטע עקוויטי, אין אזא פאל דערזעט מען זיך אן קיין עקוויטי מיט א שותף, פשוט וויל אזוי זענען די חשבונות קלארער. אבער האסט אים באמת גארנישט געגעבן.
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

Re: געלט שותף אדער סטראגלען ווייטער?

הודעהדורך או אינו » מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 3:11 am

Take as many partners you can and attract as much capital possible. But live with this 2 principles,

1)Brutally honest.
2) lockout period for the committed dollars.

If you can't live with the above than you're a fool with your own money as well!
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

הודעהדורך משה לייזער » מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 11:15 am

הדסים האט געשריבן:
משה לייזער האט געשריבן:פון די אנדערע זייט געב איך אוועק אסאך הארעוואניע און עקוויטי וואס איך האב זיך געבויט די אלע יארן.

הוגה זאגט גוט צו דיין שאלה, איך וויל זיך נאר באציען צו די פונקט.

מען געבט נישט אוועק קיין עקוויטי פאר א געלט שיתוף, אויב די האסט באמת עקוויטי אין די ביזנעס וועט עס בלייבן ביי דיר. אבער אסאך מאל האט מען נאר איינגערעדטע עקוויטי, אין אזא פאל דערזעט מען זיך אן קיין עקוויטי מיט א שותף, פשוט וויל אזוי זענען די חשבונות קלארער. אבער האסט אים באמת גארנישט געגעבן.

איך פארשטיי נישט געהעריג וואס די שרייבטס דא, ביטע בעסער מסביר זיין
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

Re: געלט שותף אדער סטראגלען ווייטער?

הודעהדורך moneyminded » מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 11:22 am

משה לייזער האט געשריבן:
הדסים האט געשריבן:
משה לייזער האט געשריבן:פון די אנדערע זייט געב איך אוועק אסאך הארעוואניע און עקוויטי וואס איך האב זיך געבויט די אלע יארן.

הוגה זאגט גוט צו דיין שאלה, איך וויל זיך נאר באציען צו די פונקט.

מען געבט נישט אוועק קיין עקוויטי פאר א געלט שיתוף, אויב די האסט באמת עקוויטי אין די ביזנעס וועט עס בלייבן ביי דיר. אבער אסאך מאל האט מען נאר איינגערעדטע עקוויטי, אין אזא פאל דערזעט מען זיך אן קיין עקוויטי מיט א שותף, פשוט וויל אזוי זענען די חשבונות קלארער. אבער האסט אים באמת גארנישט געגעבן.

איך פארשטיי נישט געהעריג וואס די שרייבטס דא, ביטע בעסער מסביר זיין
ער מיינט צוזאגן זייער אמת'דיג די האסט עקוויטי? טאמער האסטו עקוויטי פארוואס זאלסטו עס געבן פאר א צווייטען

ווי איך פארשטיי מיט די איינגערעדטע עקוויטי מיינט ער דאס אז רוב אינגעלייטלעך אין ריעל עסעטעיט היינט האבן נישט קיין עכטע עקוויטי , זיי לעבן פון ריפייס און באמת קען מען אזוי אפלעבען ווי א רייסער און לעבן א לוקזערי לייף א גאנץ לעבן אן באמת'ע עקוויטי

אז די זאגסט די קענסט גיין פאר א ריפיי , פארוואס זאלסטו נישט נעמען די באנק פאר א שותף ענדערשער ווי זיך נעמען א שותף פאר א גאנץ לעבן , סא לכאורה האסטו נישט יעצט קיין עכטע עקוויטי , דארפסטו טרעפען א עכטע סאקער זאל ביי דיר אינוועסטען אויף חלומות

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
moneyminded
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

הודעהדורך משה לייזער » מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 11:50 am

איך האב באמת עקוויטי, סיי ווייל אלע נכסים וואס האבן מארטגעזשעס זענען נאר 65% - 75% פיינענסד בעיסד אויף "נאן מעניפילעטעד עפרעיזל'ס" דאס איבעריגע איז קעש וואס איך האב אויפגעטריבן אויף פריוואטע חובות אדער פון פארדינסטן וואס איך האב געמאכט במשך די יארן, צווייטן'ס איך האב א שיינע פאר פראפערטיעס וואס איך האב געקויפט מיט א געוויסע סטראטעגיע וואס ביים קויפן איז דאס זייער ביליג ווייל עס איז געבויט אויף "קאמפעריבל'ס" אבער מיט נאך אביסל צייט און עפפארט וועט דאס ווערן איבעגעדרייט צו א "קעפ רעיט עוועליועשן" וואס איז כמעט דאפלט די ווערט, איך ווייס דאס פאר א פאקט, די זאך איז אז איך קען דאס נאכנישט ריפיינענעסן אויף די העכערע וועליועשן ביז ווילאנג איך קום אן צו געוויסע גאול (איך בין נישט ווייט דעפון) אבער ביזן קרעטשמע ברויך מען אויך א גלעזל ברוינפן זיך צו קענען ספראווענען מיט די חובות און קעש פלאו.

און בעיקר ווי די ליעק איז און צוויי שארט טורם פראזשעקט'ס וואס איך דארף ענדיגן וואס ווילאנג איך בין נישט פארטיג דערמיט טרוקנט עס מיך אויס, ווען די צוויי פראזשעקט'ס וועלן זיין אףף אף מיי שאלדער איז דא גאר א שיינע קעש פלאו.

און באמת שפיר איך טאקע אז עס לוינט נישט צו נעמען א שותף און אוועקגעבן אזוי סאך ווען איך קען דאס אויספייטן און איז נאר שארט טורם, דעריבער וועל איך טוישן אביסל מיין שאלה, וויאזוי געב איך זיך אן עצה אויף ביזדערווייל, איך דארף האבן א פלאץ ווי איך קען האבן קעש וועט עס פעלט זיך אויס צו שמירן די רעדער אויף ביזדערווייל, מיין אינישעל עצה איז געווען שותפות מיט איינעם וואס האט קעש, אין אזא פאל ווען יענער וועט מסכים זיין צו ווערן מיין שותף נאכן אדורכטוהן מיין ביזנעס און ער וועט זעהן ביי זיך וויפול געלט עס לוינט זיך אים אריינצוגיסן דערין וועלן מיר ביידע קענען מאכן אן החלטה צו די שותפות לוינט זיך פאר מיר און פאר אים.

אבער אויב נישט שותפות פון ווי קען איך יעצט באשאפן געלט אויף ביזדערווייל ביזן ריפיי??
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

Re: געלט שותף אדער סטראגלען ווייטער?

הודעהדורך moneyminded » מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 11:56 am

משה לייזער האט געשריבן:איך האב באמת עקוויטי, סיי ווייל אלע נכסים וואס האבן מארטגעזשעס זענען נאר 65% - 75% פיינענסד בעיסד אויף "נאן מעניפילעטעד עפרעיזל'ס" דאס איבעריגע איז קעש וואס איך האב אויפגעטריבן אויף פריוואטע חובות אדער פון פארדינסטן וואס איך האב געמאכט במשך די יארן, צווייטן'ס איך האב א שיינע פאר פראפערטיעס וואס איך האב געקויפט מיט א געוויסע סטראטעגיע וואס ביים קויפן איז דאס זייער ביליג ווייל עס איז געבויט אויף "קאמפעריבל'ס" אבער מיט נאך אביסל צייט און עפפארט וועט דאס ווערן איבעגעדרייט צו א "קעפ רעיט עוועליועשן" וואס איז כמעט דאפלט די ווערט, איך ווייס דאס פאר א פאקט, די זאך איז אז איך קען דאס נאכנישט ריפיינענעסן אויף די העכערע וועליועשן ביז ווילאנג איך קום אן צו געוויסע גאול (איך בין נישט ווייט דעפון) אבער ביזן קרעטשמע ברויך מען אויך א גלעזל ברוינפן זיך צו קענען ספראווענען מיט די חובות און קעש פלאו.

איינמאל די נעמסט א שותף געבסטו אויף דיין גאנצע עקוויטי וואס די האסט יא

וויפעל געלט /קעש דארפסטו ,לאמיר אביסעל פארשטיין

איינע פון די וועגן איז הארד מאני
צווייטע איז נעמען 0 פערסענט apr קרעדיט קארדס אדער א ליין אויף קרעדיט פאר די ביזנעס אדער פערסענעאל
דריטע און די בעסטע אז די פארקויפטס איין פראפערטי פאר א פראפיט און די לעבסט אן חובות

קיינער וויל נישט פארקויפן א פראפערטי וואס גוטע פאטענשעלס , אבער אסאך מאל איז עס וויכטיג אז די זאלסט נישט גיין קראכן וועגן דעם

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
moneyminded
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

הודעהדורך משה לייזער » מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 12:21 pm

איך דארף בערך פיר הונדערט אלפים צו אנקומען צו 0

א חלק פון מיינע חובות זענען קרעדיט קארד'ס (נישט קיין סאך בערך פערציג אלפים) און א ליין אף קרעדיט (בערך $185,000)

נעמען הארד מאני, איז א שטיקל אישו ווייל עס וועט דארף זיין א סעקאנד מארטגעזש (איך האב נישט קיין איין פראפערטי פרי ענד קלעיר), איך האב שוין פראבירט צו זוכן, דערווייל נישט געטראפן. מעגליך ווייסט איינער פון עפעס אדרבה

פארקויפן א פראפערטי איז א גוטע עצה איך האב שוין אפילו איינמאל פרובירט דאס צו טוהן אבער מחמת איזה סיבה שיהיה, ווען עס איז געקומען דערצו האב איך ארויסגעבעקט, איי קאלדענט לעט איט גאו, עס האט צו א שיינע קעש פלאו און מענטשן פראבירן צו נעגאשיעטן מיט מיר שלא ביושר מיך אראפצודריקן און עס שמעקט מיר נישט, אויך איז דעי פערטיקולער בילדינג אין א געגנט וואס אויב איך האלט דאס נאך פינף זיבן יאר איז דא א גוטע מעגליכקייט אז דאס וועט זיין ווערט פי כמה וכמה, פאר די וואס ווייסן פון וועלכע געגנט איך רעדט וועט יעדער מודה זיין דערצו.

אנדערע פראפערטיעס קען איך נישט פארקויפן יעדע פאר אן אנדערע סיבה

איין פראפערטי האב איך א ליעס אפשען טא בויי (פאר מיר איז דאס סעל) עס איז טאקע צום פארקויפן אבער איך דארף ווארטן אויף די בייער צו עקסעקיוטן זיין אפשען.
א אנדערע פראפערטי אויב איך פארקויף פאר'הרג'ט דאס מיין גאנצע סטראטעיגע פון א ריפיי.
אנדערע צוויי פראפערטיעס גיי איך טאקע פארקויפן אבער ביזדערוויל קאסט דאס מיך די הויזן אזוי ווי אויבן דערמאנט.

וכו' וכו'

בקיצור איך האב איין פראפערטי וואס איך קען טאקע יא פארקויפן אבער עס איז מיר זייער שווער דאס צו טוהן צוליב די אויבנדערמאנטע סיבות
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל

הודעהדורך אישתישבי » מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 2:15 pm

אז די ווילסט אפצאלען דער קרעדיט קארדס פארשטיי איך, אבער פארוואס אפצאלן די ליין אוו קרעדיט?
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1915
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1010 מאל

Re: געלט שותף אדער סטראגלען ווייטער?

הודעהדורך moneyminded » מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 2:15 pm

בקיצור אין אנדערע ווערטער דאס הייסט אז די ביזט מעקסט אוט , סארי טו טעלל יא, אבער נישט געזארגט יעדע דריטע אינגערמאן שטייט ווי דיר

דיין ווייבס קרעדיט איז פארמישט אין דעם? טאמער איר קרעדיט איז קלין איז לכאורה די איינציגסטע אפשען אויפצובויען איר קרעדיט און מאכן בעלענס טרענספערס און ארויסנעמען אפאר מאות פון 0 apr קארדס

איך זע נישט פארוואס א שותף זאל אריינקומען צו קויפן שותפות אין א קי ווען די גאנצע מילך איז אויסגעמאלקען , עגעין קענסט אפשר טרעפן א סאקער ...

די האסט א סטעדי אינקאם אויסער ריעל עסטעיט ?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
moneyminded
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

הודעהדורך הדסים » מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 2:38 pm

משה לייזער האט געשריבן:איך האב באמת עקוויטי, סיי ווייל אלע נכסים וואס האבן מארטגעזשעס זענען נאר 65% - 75% פיינענסד בעיסד אויף "נאן מעניפילעטעד עפרעיזל'ס" דאס איבעריגע איז קעש וואס איך האב אויפגעטריבן אויף פריוואטע חובות אדער פון פארדינסטן וואס איך האב געמאכט במשך די יארן, צווייטן'ס איך האב א שיינע פאר פראפערטיעס וואס איך האב געקויפט מיט א געוויסע סטראטעגיע וואס ביים קויפן איז דאס זייער ביליג ווייל עס איז געבויט אויף "קאמפעריבל'ס" אבער מיט נאך אביסל צייט און עפפארט וועט דאס ווערן איבעגעדרייט צו א "קעפ רעיט עוועליועשן" וואס איז כמעט דאפלט די ווערט, איך ווייס דאס פאר א פאקט, די זאך איז אז איך קען דאס נאכנישט ריפיינענעסן אויף די העכערע וועליועשן ביז ווילאנג איך קום אן צו געוויסע גאול (איך בין נישט ווייט דעפון) אבער ביזן קרעטשמע ברויך מען אויך א גלעזל ברוינפן זיך צו קענען ספראווענען מיט די חובות און קעש פלאו.

און בעיקר ווי די ליעק איז און צוויי שארט טורם פראזשעקט'ס וואס איך דארף ענדיגן וואס ווילאנג איך בין נישט פארטיג דערמיט טרוקנט עס מיך אויס, ווען די צוויי פראזשעקט'ס וועלן זיין אףף אף מיי שאלדער איז דא גאר א שיינע קעש פלאו.

און באמת שפיר איך טאקע אז עס לוינט נישט צו נעמען א שותף און אוועקגעבן אזוי סאך ווען איך קען דאס אויספייטן און איז נאר שארט טורם, דעריבער וועל איך טוישן אביסל מיין שאלה, וויאזוי געב איך זיך אן עצה אויף ביזדערווייל, איך דארף האבן א פלאץ ווי איך קען האבן קעש וועט עס פעלט זיך אויס צו שמירן די רעדער אויף ביזדערווייל, מיין אינישעל עצה איז געווען שותפות מיט איינעם וואס האט קעש, אין אזא פאל ווען יענער וועט מסכים זיין צו ווערן מיין שותף נאכן אדורכטוהן מיין ביזנעס און ער וועט זעהן ביי זיך וויפול געלט עס לוינט זיך אים אריינצוגיסן דערין וועלן מיר ביידע קענען מאכן אן החלטה צו די שותפות לוינט זיך פאר מיר און פאר אים.

אבער אויב נישט שותפות פון ווי קען איך יעצט באשאפן געלט אויף ביזדערווייל ביזן ריפיי??

סארי טו טעל יו, אבער דאס זעט נישט אויס ווי אמת'ע עקוויטי. אויב האסטו א מארטגעזש אויף יעדע פראפערטי, פלאס נאך 400k חובות, איז מיר שווער צו גלייבן אז דו האסט עפעס.

עקוויטי מיינט, אויב נעמט מען אלע דיינע פראפערטיס און מען פארקויפט עס, און מען צאלט אויס אלע מארטגעזשעס/חובות, וואס בלייבסטו איבער?

איך פארשטיי אז דו האלטסט אז דו האסט פאטענטשל עקוויטי, אבער מען דארף קענען אנקומען דערצו.
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

Re: געלט שותף אדער סטראגלען ווייטער?

הודעהדורך moneyminded » מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 4:43 pm

די עקוויטי וואס ער רעכענט איז די 25 פערצענט בערך אויף יעדע הויז

לאמיר זאגן אז ער האט 6 הייזער און די 25 פערצענט אועף יעדע הויז איז בערך א מאה

האט ער 600 טויזענט דאלאר עקוויטי , אבער למעשה די 25 פארצענט עקוויטי וואס ער מיינט ער האט איז לויט די עפפרעיזעל פאר די מארגעזש... און צו פארקויפן ווי ער האט פריער געשריבן קען ער נישט עכט באקומען די נומבערס, סא לאמיר זאגן אז ער האט 3 אדער 4 מאות האפענטליך יא זיכער

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
moneyminded
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 99
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

הודעהדורך יאסל ראקאווער » מיטוואך נאוועמבער 20, 2019 11:57 pm

אויב האסטו געטראפן א שיתוף וואס וויל אינוועסטירן מיט דיר קויף מיט אים נייע פראפערטיס ַַ
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 237
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 392 מאל

הודעהדורך יאסל ראקאווער » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 12:01 am

איך שרייב עס פאר אפאר סיבות אבער די שטערקסטע סיבה איז, אויב ס'גייט חס ושלום שלעכט וועט ער מיינען אז די האסט אים אריינגעריקט א פארפוילטע עפעל ווען די האסט געוויסט פון די פראבלעם.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
יאסל ראקאווער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 237
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 392 מאל

הודעהדורך תנחום » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 1:52 am

אויב זענען די צוויי שארט טערם פראזשעקס וואס טרינקט דיך אויס, דעמאלסט נעם א שיתוף נאר א דעי צוויי. פארוואס אריינמישן די אנדערע?
אינני מסכים למילה מדבריך, אך אהיה מוכן להיהרג על זכותך לומר אותם(וואלטר)
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
האט שוין געלייקט: 135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל

הודעהדורך הדסים » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2019 6:59 pm

תנחום האט געשריבן:אויב זענען די צוויי שארט טערם פראזשעקס וואס טרינקט דיך אויס, דעמאלסט נעם א שיתוף נאר א דעי צוויי. פארוואס אריינמישן די אנדערע?

יא, זייער א וויכטיגע נקודה, עס דארף זיין קלאר וואס די שותפות איז, עס קען נישט ארבעטן "א שותף אין די ביזנעס". איך האב שוין געזען מעשיות וואס האבן זיך אנגעהויבן אזוי, און נישט גוט אפגעשניטן.
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 111 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

גיי צוריק ביזנעס וועלט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט