נייעס פון היימישע פראדוקטן...!

אלעס איבער האנדל וואנדל

נייעס פון היימישע פראדוקטן...!

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 8:41 pm

איך האב גערעדט צו א היימישן יונגערמאן. האט ער מיר פארציילט אז ער אימפארטירט און פארשפרייט (דיסטריביוטאר) פון עטליכע גאר געשמאקע פראדוקטן, מיט זייער א גוטע השגחה.

מאיאנעז: פון א קאמפעני אין בעלגיע. וואס הייסט ..."אלישע"...די מאיאנעז איז גארנישט צו פארגלייכן צו די לאקאל פאבריצירטע. די אמעריקאנער פראדוצירטע זענען אויך זייער גוט. אבער די ..."אלישע"... מאיאנעז איז זייער. ..."סמאאטה"... און גאר געשמאק אין טעם...!
אויך אימפארטירט ער (פון די זעלבע קאמפאני) ...."גהערקינס"...כמו פיקלס. דאס שטייט צוזאמען מיט די פראדוקטן פון העכסטן טעם און געשמאק... אלעס מיט די השגחה פון קהל מחזיקי הדת פון אנטווערפן. נישט צו מאכן א טעות. דער נאמען האט גארנישט צו טון מיט בעלז. דאס איז די קהילה וואו הרה"ג ר' חיים קרייזווירטה זצ"ל איז געווען דער רב.

אויך איז ער דער (עקסקלוסיוו) דיסטריביוטאר פון די נייע..."באלעבאסטע"... מצות. וועלכע ווערן געבאקן אין ארץ ישראל. די מעלה פון אט די (קלענערע) מצות איז, אויסער דעם געשמאקן טעם, האט עס פונקטליך א כזית...!

די אלע פראדוקטן זענען שוין דא צו באקומען אין אלע היימישע גראסעריס און סופערמארקעטס אין די היימישע געגנטן...אינו דומה שמיעה לראיה. או טעימה...טעמו וראו כי טוב...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 12:00 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 16340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 19413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11148 מאל

Re: נייעס פון היימישע פראדוקטן...!

הודעהדורך אנשטענדיגע ייוד » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 9:08 pm

בערעלע וויפיל נעמט איר פאר אזא עדווערטייזמענט
באניצער אוואטאר
אנשטענדיגע ייוד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 26, 2019 10:35 pm
געפינט זיך: ביי די ארי עמבערס
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

הודעהדורך קהל'ס נער » זונטאג דעצעמבער 26, 2021 9:16 pm

בערל איז אליינס די אימפארטירער/דיסטריבעטער, ער באהאלט זיך אונטערן מאסק פון באס דרייווער.

האב איך געמאכט א קאסטעם עד פאר יושבי ק"ש.


לכשיפוצו "מעינותיך" חוצה
לויפט און קויפט בערעלע'ס מעינעיס
צי באקימען ביי @berlbalagule
קהל'ס נער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 652
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 2066 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1204 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 12:08 am

אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:בערעלע וויפיל נעמט איר פאר אזא עדווערטייזמענט

ר' אנשטענדיגע יוד: כ'האב מורא אז איהר וועט נישט קענען קויפן קיין (כזית) לחם משנה פון דעם שכר וואס איך באקום. אפילו איין בילקעלע (אדער מצה'לע) אויך נישט. דאס איז געהעריג תורה (מיט א ה"א) לשמה. פשוט איך האב גערעדט צו דעם יונגערמאן האט ער מיר פארציילט וואס ער טוט פאר פרנסה. ווייל איך האב איהם חושד געווען אז ער איז א כולל יונגערמאן.

ס'איז היינט געווארן אזא צינישע וועלט, אז אויב מ'זאגט א גוט ווארט פאר יענעם. אדער איבער יענעם, איז מען באלד חושד אז דער צווייטער מאכט שוין עפרות זהב. די ערשטע חלק איז אמת. די עפרות זענען שוין (ב"ה) דא. די זהב, נאכנישט...לאל. אדער אזוי ווי בערל בעל עגלה איז זיך נוהג צו זאגן ווען עפעס איז זייער שטארק פאני...שברים, תרועה...לאל, לאל, לאל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 16340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 19413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11148 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 27, 2021 12:14 am

קהל'ס נער האט געשריבן:בערל איז אליינס די אימפארטירער/דיסטריבעטער, ער באהאלט זיך אונטערן מאסק פון באס דרייווער.

האב איך געמאכט א קאסטעם עד פאר יושבי ק"ש.


לכשיפוצו "מעינותיך" חוצה
לויפט און קויפט בערעלע'ס מעינעיס
צי באקימען ביי @berlbalagule

קהל'ס נער: אויף דיין מאמר קענעמען זאגן...שברים, תרועה, תקיעה גדולה...לאל, לאל,, ולאל י"ב פעמים...! ייש"כ פאר די אדווערטייזמענט. נאר ווען דער עולם 'עט קומען אין גראסערי און זיך נאכפרעגן אויף בערל בעל עגלה'ס דברי מאכל וועט מען איהם אנקוקן ווי א האן אין בני אדם...ווען מ'עט פרעגן דעם בעל דבר...ווער האט דיך געשיקט. וועט מען קענען ענטפער'ן ..."קהל'ס נער"...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 16340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 19413 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11148 מאל


גיי צוריק ביזנעס וועלט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט