עמינדב האט געשריבן:נישט קוקענדיג אויף די אינטרעסט פאר א רגע, הייסט עס דו לייגסט אריין $10 און עס איז פארזיכערט ביז וועלכע פוינט? ווען קען עס פאלן?
ווען קען עס ארויף גיין?
ווער בעקד א ספעק צו פארזיכערען עס איז נישט א גרופע פון גנבים?
און פארוואס זאגן זיי די געים איז אווער?
https://www.bloomberg.com/opinion/artic ... ale-say-so
-עס קען טעכניש פאלן נידריגער פון $10 אבער ביז די merger date איז עס פארזיכערט אין קעש און די קענסט עס רידימען (עס זענען אפי' דא פאנדס וואס טוען 'ארביטראזש' מיט'ן קויפן ספעקס אונטער זייער ווערט און ווארטן אויס ביזן merger vote עס צו איינקעשן, אדער ביז עס גייט צו העכער פון די קעש וועליו)
-די SEC עס איז א געהעריגע רעגולירטע זאך.
די לעצטע פאר חדשים איז געווען אורות אין די ספעק מארקעט, יעדע צווייטע ספעק האט זיך געדאפלט ווען די אנאונסמענט איז ארויסגעקומען, און רוב ספעקס האבן געטרעיד 20-50% העכער די Asset Value נאך פאר אנאנסירן! ווייל שפעקולירער האבן ארויפגעשטיפט די פרייז הויעך מיטן האפן אז די מענעדשמענט טיעם גייט אריינכאפן א גוטן פישל און די ספעק גייט ארויפשיסן (למשל DKNG און SKLZ זענען ביידע געווען ספעקס פאר $10 און זענען יעצט 300-500 פראצענט העכער, דאס ברענגט אז ווען די ספעק טיעם געבט ארויס נאך א ספעק טרעיד עס גלייך אסאך העכער).
אויך האבן פרישע ספעקס ארויפגעקומען יעדן טאג און אויפגעטרעטן אסטראנאמישע סכומים אזוי ווייט אז געוויסע האבן געזאגט אז די טראדיציאנאלע IPO פראצעס איז אויפן וועג ארויס.... אויף דעם ארויף זאגט בלומבערג אז די 'פארטי איז אווער'.
איך אויך האט געשריבן:Spacs are currently the most shorted funds from any group of funds.
בקיצור די גרויסע לייט האלטן אז עס א באבל וואס איז עלול יעדע רגע צו פלאצן, ווילסט נאכאלץ אננעמען פאליטיקאנט'ס עדווייס?
קודם כל די גרויסע לייט זענען נישט קובע עיין ערך טעסלא, צווייטנס והוא העיקר, די פאנדס שאָרטן ספעקס וואס טרעידן הויעך (אויף א פרעמיום) בלויז אויף שפעקולאציע אדער סתם, קיינער שאָרט נישט קיין ספעקס פון $10.