קהל'ס נער האט געשריבן:אלעס פיין און וואויל ביי קארפארעט אמעריקא, איך קען (כמעט) נישט קיין היימישע יודן וואס ארבעטען אין קארפאראט אמעריקא, ביי אונז מאכט בעיקר אויס די אימפרעשען וואס די מאכסט ביי דיין אינטערוויו, און דיין עקספיריענס.
איך בין נישט אנטי קאלעג' אבער סתם קאלעג'ען צי פאלישען די סקילס אן ארויסקימען מיט א ספעציפישע דעגרי וואס איז ידוע אז ס'צאלט שיין, גייט דיך נישט העלפן אין די היימישע עקאנאמי בכלל.
קארפארעיט אמעריקא מיינט אויך היימישע ביזנעסער. ס'טאקע דא אז מען נעמט אויף אן ארבעטער אין בית מדרש. אבער א גרויסע חלק פון עדס פאר ארבעט אביסל גרעסערע פלעצער וועט דורך גיין די זעלבע פראסעס ווי קרפארעט אמעריקא. ביי גרעסערע אפציעלע יודישע ביזנעסער וועט דיין רעסומעי זיין אין א סטעק פון אנדערע רעזומעיס, אין פראנט פון עפעס א faceless מענעדזשער וואס גייט מאכן די דיסיזשען צו מ'זאל בכלל רעספאנדן צו דעם. דער דעפארטמענט מענעדזשער וועט ניצן די זעלבע פראסעס ווי קארפארעיט אמעריקא טוט איבעראל. מ'וועט ערשט וועגען דיין נאמען אויף פאפיר, וואס איז די קרעדינטיאלס פון די אפליקענט אויף פאפיר, וואס זענען דיינע עקספיריענס, און ווי רעלעוואנט איז די עדיוקעשאן און עקספיריענס צו די דזשאב. די אלע מעלות וואס די קאלעדזש עדיוקעישן ברענגט וועט יעצט ווערן אויפגעשפילט. ווען ס'קומט צו הייערן אן עמפלואי, אין א סיריעס ביזנעס, איז נישט גענוג אז די קאנדידאט פירט א פיינע שמועס דא אויף קאווע שטיבל, אדער מ'שמועסט אין ביהמ"ד אז דער אפליקאנט איז סחורה. ס'דארף שטימען אויף פעיפער, נישט אויך, נאר ערשט אויף פעיפער.
כ'האב קיינמאל נישט געזאגט אז מ'גייט אין קאלעדזש צו פאלישען די סקילס. נאר אז מ'גייט אין קאלעדזש, ווי מ'לערנט זיך א פאך, וואס גיבט צוטריט צו ארבעט, דעמאלטס קומט אריין די פאלישט סקילס. בכלל, אין די געיעג צו סעקיורן א דזשאב, דארף א מענטש אייביג אויסלייגן וואס ער קען אפילו סקילס וואס זענען בעצם נישט נוגע צום דזשאב דירעקטליך, פארוואס? ווייל די פאונט איז צו באקומען די דזשאב, און טאמער דיין רעזומעי האלט א סקיל וואס א צווייטער האט נישט גייסטו ארויף א סטעפ. די זעלבע זאך ביי אן אינטערוויו, אז די אפליקאנט איז פאלישט, גייט ער ארויף א טשענס איבער א צווייטען אינטערוויואי. די זעלבע ווען א קאמפעני דאונסייזד, וועט מען ערשט אהיים שיקען דער וואס האט ווייניגער סקילס אדער פאלישונג ווי א צווייטען. דאס איז אלס אפילו אויב ביידע זענען גלייך מיט די עצם ארבעט. ס'איז נישט א גערענטי אויף פרנסה, דאך איז א קאלעדזש עדיוקעישן א זאך ברענגט אסאך אפארטוניטי חוץ וואס מ'לערנט זיך אויס די ארבעט גופא.
צו מאכן געלט דארף זיין איינס פון דריי. אדער אינוועסט מען פיזיקעל שווערע ארבעט, אדער לערנט מען זיך, אדער האט מען פון פאראויס א קאסע פון געלט. קאלעדזש אדער היינטיגע אקרעדיטעד אנליין דעגריס, איז וואס מ'רופט "זיך געלערנט".