קאווע שטיבאל'ס קומעדיגע שטאפאל

אלעס איבער האנדל וואנדל
רעאגיר
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 454 מאל

קאווע שטיבאל'ס קומעדיגע שטאפאל

שליחה דורך כוואליעס »

לעטצנס האב איך געהאט א שטיקאל באזוך אין איי וועלט, וואס זאל איך אייך זאגן, ממש איך האב נישט געקענט ציזוך קומען פון וואס איך האב דארט געזען, מענטשן מיט אגענדעס, די אדווערטייזינגס קריכן אויף די נערוון, און בכלל, די גאנצע סיסטעם דארט איז אזוי נאריש אויסגעשטעלט, די גאנצע שטייגן אין ראנג, די אטמאספער, יעדע נייעס'ל וואס מען וויל שרייבן דארף מען טראכטן 17 מאל אויב דאס איז א פראבלעם, בקיצור.
איך קום צירוק צו קאווע שטיבאל, א ברכה צו מאכן, א געשמאקע אטמאספער, קלארע לופט צו אטעמען, אלע נייעס וואס אינדערויסן פונעם שטיבאל זענען נאר שמועות ווערט דא אויסגעשמוסט קלאר, גאר א גוטע סיסטעם, אן קיין אדווערטייזינג, מענטשן מיט טאלאנט, אין קורצן: נעקסט לעבאל.

טראכט איך מיר אזוי, ווי לאנג שטייט שוין אזוי קאווע שטיבאל און דעם נעקסט'ן שטאפל? אפאר יאר! נא, אפשר איז שוין צייט צו גיין צום קומעדיגען שטאפל

ביזנעס.

איך מיין עס וואלט געווען א געוואלדיגע געדאנק צו מאכן עפעס א שותפות, די גאנצע עולם צוזאמען, ווער עס וויל זאל אריינלייגן לאמיר זאגן ביי די בעלי בתים פון קאווע שטיבאל (איך מיין אז מ'קען זיי געטרויען נאכן ארויסווייזן אזויפיל געטריישאפט די אלע יארן) 50 צו 100 דאלער און מאכן אינאיינעם א אינוועסטמינט.
די עולם וועט שטימען ווי און וואס און וויפיל, מען וועט אפדעיטן פאר די עולם יעדע שטיק צייט ווי עס האלט, וויפיל די אינוועסמעט האט שוין געמאכט
אונז האמיר דאך דא אידן וואס ארבעטן און אלע סארט אינדאסטריס, יעדער קען צולייגן א פלייצע
איך מיין אז עס וועט שטארק צולייגן צו די געשמאקע אטמאספער


רבותי. געגאנגען, ברענגטס ארויף איידיעס, געדאנקען, קאמענטארן, און וואס נישט, שעמט אייך נישט

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר