היימישע אנליין ביזנעסער

אלעס איבער האנדל וואנדל
רעאגיר
פארשוויגען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

היימישע אנליין ביזנעסער

שליחה דורך פארשוויגען »

(איך פראביר צו מאכן א דרשה אשכול.. עס איז נאר א התחלה ראשי פרקים איך האף דער עולם וועט צוגעבן צו'ם שמועס)

אין דער אלגעמיינער וועלט איז א גרויס חלק פון ביזנעס אריבער אנליין, ווי אזוינע ריזען ווי אמאזון און יעדער אנדערע געשעפט פארקויפט זיינע זאכען אויפ'ן אינטערנעט. ווי אויך א ריזן חלק פון די מארקעטינג איז אריבער פון טעלעוויזיע און צייטונגען צו דער אנליין וועלט פון פי פי סי און אנדערע אנליין מארקעטינג.

ביי דער היימישער עולם איז לכאורה דער אנליין וועלט שטאטער אריינצוגיין, צוליב 1) די מערכות און איסורים אויפ'ן אינטרענעט, וואס מאכען אז ווייניגער שטובער האבען אקסעס צו'ם אנליין וועלט, און 2) דער אלגעמיינער צוריקגעשטאנענהייט פון דער היימישער ציבור וואס טוישט שווערער זיינע הרגלים וואס ער טוהט און ווי ער קויפט.

דאך דארף מען נישט זיין קיין גרויסער נביא צו פארשטיין אז ביז עטליכע יאר וועט א גרויסע חלק פון די היימישע ביזנעס אויך זיין אנליין. און דער שאלה איז נאר ווער וועט זיין דער נחשון וואס וועט כאפן רוב ביזנעס..

פארשידענע ביזנעס זענען לאו דווקא אידיש ווי למשל עלעקטראניקס וואס סיי אידן סיי גוים קענען קויפן ביי די זעלבע געשעפט און עס עקזעסטירט נישט ממש קיין אידישער סעגמענט פון די מארקעט (חוץ אפשר כשר'ע טעלעפאנען..) הגם אז עס איז דא א אידישע קלייענטעל און אידישע קאמפעניס ווי למשל B&H וואס איז זייער פארגעשריטען אין די אנליין וועלט.

איך טראכט צו מאכען אזוינע קאטאגאריעס פון ביזנעסער וואס זענען גרויס ביי דער היימישער וועלט און פראבירען זעהן ווי זיי האלטן אויפ'ן אנליין פראנט.

1) צייטונגען. איז א ביזנעס וואס האט אין זיך א ריין אידישע סעגמענט וואס קויפען דווקא אידישע צייטונגען, און דאס שיינט צו זיין א גרויסע מארקעט יעדער פאר יאר קומט ארויס א נייע מאגאזין אדער צייטונג און א חלק זענען מצליח.
אינטערנעט: די אמאליגע צייטונגען זענען געוווען שפעט צו דער געים, און דאס האט גורם געווען אז אנליין צייטונגען ווי בחדרי חרדים, כיכר השבת (אין אר"י), און וואסאיז נייעס, ישיבה ווארלד, האבן צוגעכאפט רוב פון דער סעגמענט פון די טראדיצינאלע צייטונגען. שפעטער האט שיין היינט יעדער צייטונג כמעט אויך א וועבסייט ווי י hamodia.com, הגם איך ווייס נישט וויפיל ליינער זיי האבען.

2) גראסערי. איז פון די גרעסטער היימישע ביזנעסער וויבאלד מען דארף דווקא כשר'ע עסן, און די מער היימישער עולם דווקא היימישע הכשרים. עטליכע פון די נייע סטארס האבען וועבסייטס, ווי למשל פאמעגרענט און אנדערע, איך ווייס ווייטער נישט ווי מוצלח זיי זענען. לעצטנס האב איך געזעהן א נייע היימישע וועבסייט http://ezkosher.com/ ווי מען קען איינקויפען פון אפאר אנדערע היימישע גראסעריס אין איין סייט, איך ווייס נישט וויאזוי דער סייט ארבעט און וויאזוי זיי מאכען געלט אבער דאס איז שוין א נייער סארט המצאה פון היימישע אנליין ביזנעס.

3) ספרים ותשמישי קדושה. איז א אידישע מארקעט וואס איז אויך גאנץ שוואך אנטוויקלט אנליין, איך האב נאכנישט מצליח געווען טרעפן ספרים וכו' נארמאל אנליין, עס איז דא למשל eichlers.com/ אבער עס איז ווייט נישט אהערגעשטעלט. עוז והדר למשל האט א וועבסייט http://www.oz-vehadar.com/en/ ווי אויך ארסטקרול וכדומה, עס זעהט דערווייל נישט אויס צו זיין א קאנקורענץ צו געשעפטן.

מען דארף אין דער תחום צוצייכענען אוצר החכמה און hebrewbooks.org וואס האבען אוודאי געמאכט א גרויסער שינוי אין דער תחום הגם איך ווייס נישט וואס איז דער פועל יוצא לגבי ביזנעס.

4) קליידונג. איז דא א גרויסער אידישער מארקעט, ווי g&g gb, הוטן, שטריימלאך, און אזוי אויך ווייבערישע קליידער וואס זוכן צניעות'דיג. איך מיין אז קיין איינער פון זיי פארקויפט דערווייל נישט אנליין, אינטרעסאנט טאקע פארוואס.

אויב איינער האט צוצולייגען און מוסיף זיין הערות וועט זיין אינטרעסאנט.

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר