בלאט 1 פון 1

אייער מיינונג איבער קעפיטליזים Vs סאושעליזים

נשלח: דינסטאג אפריל 12, 2016 4:06 am
דורך שבת אחים
די אשכול איז געווידמעט אדורכצושמוסען די עקאנאמישע סיסטעמעס ווי מארקסיזים, סאושליזים, און קעפטיליזים, עס איז דא זייער אסאך מיני סאושליזים און שיטות אין דעם, און סהאט אסאך פונטאמענטעלע דיפערענצן אין יעדע פון די שיטות, למשל קובא איז א סאושליסט לאנד און די זעלבע איז שוועדען אבער ווען מ׳קוקט אויף שוועדן וועט מען זעהן גאנץ א אנדערע בילד ווי קובא.

סאושליזים איז אייביג אראפגעקוקט און דימאנייזט געווארן אין אמעריקע, פאר יאהרן לאנג אז איינער האט זיך דערקלערט אלץ א סאושליסט איז עס אויטעמאטיש אפגעטייטש געווארן אז ער איז נישט קיין פאטריאט פארן לאנד!
אבער לעצטענס איז סאושליזים צוריק פאפיולער געווארן אין אמעריקע ביי געוויסע, ספעציעל ביי די יונגט, מיט די אויפשטאנד פון בערני סענדארס וואס איז א זעלבסט-דעקלערט דעמעקראטישע-סאושליסט זעהן מיר א לעצטיגע טשעינטש אין אסאך אמעריקענע אז אפשר איז למעשה סאושליזים בעסער ווי קעפטיליזים.

פרעזידענט אבאמא איז אויך א סאושליסט לויט געוויסע מיינונגען.

איך האב מיין אייגענע מיינונג איבער דעם, איך בין א דעמקראטישע סאושליסט אזויווי מיין רבי בערני סענדארס יר״ה און איך וועל אפשרייבן בלינ״ד א גאנצע ארטיקל א טאג פאר די עלעקשאונס אין ניו יארק פארוואס איך האלט אז דעס איז די בעסטע עקאנאמישע סיסטעם. דערווייל לויט אייך הערן אייער מיינונג איבער די אישו.
ביטע נישט אריינמישן די יעצטיגע עלעקשאונס פארדעם איז דא אנדערע אשכולות, דא איז נאר איז אויסצושמועסן די מעלות און חסרונות פון קעפטיליזים און סאושליזים.
א דאנק