קויפן אפענע גרעפיק פיילס! - איז דאס ווערד?

אלעס איבער האנדל וואנדל
רעאגיר
חברים כל ישראל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 12, 2016 5:22 pm
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

קויפן אפענע גרעפיק פיילס! - איז דאס ווערד?

שליחה דורך חברים כל ישראל »

א נייער געדאנק וואס גייט לעצטנס מער און מער אריין צווישן די גראפיק-דעזיינער, אפצוקויפן א קוואנטום אפענע גראפיק פיילס וואס אנדערע גראפיקער האבן שוין אמאל געמאכט, כדאי דאס צו קענען נוצן און אפדעיטן לויט זייער געברויך. עס הייסט אז דאס דארף צו פארשנעלערן די ארבעט און פארשענערן די קוואלעטי וואס זיי גיבן ארויס, און אינאיינוועגס איינשפארן פיל געלט און צייט וואס דאס דארף ארייננעמען אין זיך.

איך האב דאס צום ערשטן מאל געזען אדווערטייזט א האלבע יאר צוריק בערך, פון אנהויב האב איך נישט געלייגט קיין גרויס געוויכט דערויף, אבער לעצטנס הער איך פון מער און מער גראפיק דעזיינער, פרינטערס און מוסדות התורה, וואס האנדלען זיך דאס איין און פארשנעלערן דערמיט די ארבעט. א שוואגער מיינער, א מנהל פון א מוסד האט זיך דאס איינגעהאנדלט, און לויט זיינע ווערטער איז דאס אים א ישועה פון הימל, בשעת אמאל פלעגט ער צאלן תהומות מיט געלט פאר ארבעטער וואס זאלן אים צוזאמענשטעלן זאכן, ווי אויך פלעגט דאס אוועקנעמען אסאך צייט פון די מוסדות, אבער היינט גייט אלעס זייער שנעל און עס העלפט אים פיל ארויס אין די ארבעט.

נעכטן האב איך געטראפן א חבר מיינער, א גראפיקער, וואס האט זיך דאס אויך איינגעהאנדלט. ער זאגט אז דאס קומט אים שטארק צונוץ, לפי דבריו איז דאס אזוי ווי אן אקאונט אויף שאטערסטאק און נאך פיל מער דערפון, ווייל עס איז גרייטע זאכן, צומאל דארף ער ארבעטן אויף א סיין א האלבע שעה, בשעת ווען ער דארף מאכן א נייע, נעמט עס אים עטליכע שעה. ווי אויך זאגט ער אז ער קען אנהויבן טראכטן פון א פיל העכערע לעוול, וויבאלד ער דארף נישט אויספלאנען דעם געדאנק פונדאסניי, נאר גראד גיין צו א העכערע לעוול מחשבה און געדאנק.

מיין שאלה איז, זעענדיג אז מער און מער גראפיקער און דעזיינערס קויפן אזעלכע זאכן: צי איז דאס נישט קיין זאך וואס וועט עווענטואל האקן די מארקעט פון די דעזיינער, אז מענטשן וועלן אנהויבן קויפן פארטיגע זאכן, און ווייניגער קריעיטן נייע געדאנקען? – פון די אנדערע זייט איז מעגליך, אז דאס קען נאך גורם זיין צו הייבן די מארקעט פון דעזיינער, וויבאלד מען וועט אנהויבן בעטן מער געלט פון איינעם וואס זוכט עפעס קאסטום מעיד, ספעציעל פאר אים.

עס איז כדאי צו דעבאטירן דער נושא.

בכלל, וואס האלט דער עולם, העלפט דאס טאקע ארויס? – איז דאס טאקע אזא ישועה?

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר