געים-סטאפ / רעדדיט סומאטוכע!

אלעס איבער האנדל וואנדל
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2100 מאל

געים-סטאפ / רעדדיט סומאטוכע!

שליחה דורך פאליטיקאנט »

גענומען פונעם פאפולערן טעלעגראם טשענעל "אידישלעך"
https://t.me/Yiddishlech

א קורצע איבערזיכט איבער די געים-סטאפ / רעדדיט סומאטוכע אויף די סטאק מארקעט.

א "שארט סעל" (קורצע פארקויף) איז ווען מ'שאצט פאָר אז א געוויסע סטאַק וועט פאלן אין פרייז, בארגט מען מענטשן'ס שעירס און מ'פארקויפט עס, מיט'ן די חשבון עס צוריק צו קויפן איינמאל די פרייז טראסקעט.

דו פארקויפסט יענעם'ס סטאק ווען די פרייז איז למשל 20 דאלער, און דו קויפסט עס צוריק אפאר טעג שפעטער ווען די פרייז איז ביי למשל 8 דאלער. די איבריגע 12 בלייבט ביי דיר אין טאש (און מ'צאלט למשל איין דאלער פאר דער וואס האט עס פארבארגט אז די שפיל זאל זיך איהם לוינען, די שעירס אליינס באקומט ער דאך אויך צוריק).

אפאר העדזש פאנדס (גרויסע סטאק קאמפאניס וואס האנדלען אויף די מארקעט פאר אנדערע) ווי 'מעלווין קעפיטאל' און 'סיטראן ריסורטש' האבן דאס פרובירט צו טוהן בידים צו געים-סטאפ, אויף די חשבון אז נאכן פארקויפן אסאך שעירס אויף א מאל וועט די פרייז פאלן און מענטשן וועלן אריינפאלן אין א פאניק צו פארקויפן זייער שעירס אויס מורא אז די פרייז זאל נישט פאלן נאך מער. דעמאלטס וואלטן די העדזש פאנדס שנעל צוריקגעקויפט די ביליג געווארענע שעירס, צוריקגעגעבן פאר די ריכטיגע אייגענטומער און געמאכט די רווח.

אן ארמיי פון פריוואטע חברה אויף רעדדיט זענען אבער קלוג געווארן, און אנשטאט פארקויפן זייערע שעירס האבן זיי זיך גענומען איינקויפן נאך און נאך, און דאס האט געמאכט די פרייז ארויפגיין אנשטאט אראפגיין. יעצט דארף די העדזש פאנד, וועלכע האט פארקויפט ביי 20 צו וואס, צוריק קויפן די פארקויפטע שעירס ביי 300 צו וואס, ווייל לויט זייער אפמאך מוזן זיי דאך צוריקגעבן די זעלבע סכום שעירס ווי זיי האבן געבארגט. הוית דא רעדט מען פון מיליאנען זענען די העדזש פאנדס אין גרויסע צרות.
פון די אנדערע זייט די רעדדיט חברה, זיי האבן יעצט געקויפט אסאך סטאק פאר ביליג און מיט דעם ארויפגערוקט די פרייז, און זיי האלטן עס אן, צווינגענדיג די העדזש פאנדס אפצוקויפן די שעירס פאר גרויס געלט.
די גאנצע פינאנציעלע וועלט איז אויף דערמיט, און די ווייסע הויז און די עף.סי.סי. האלטן א נאנטע אויג אויף וואס ס'גייט פאר און באטראכטן צו פארשפארן די געים-סטאפ טרעיד פאר א וויילע. דאס האט געמאכט א שטורעם פון מענטשן וואס טענה'ען אז פריוואטע מענטשן האבן די זעלבע רעכט צו מאניפולירן די מארקעט ווי די גרויסע קאמפאניס, און פארוואס פארשפארט מען ווען די גרויסע קאמפאניס זענען אין צרות!?
היינט האט די באקאנטע 'ראבינהוד' עפפ, וועלכע ווערט גענוצט דורך מיליאנען פריוואטע מענטשן צו קויפן סטאקס פונדערהיים, אראפגענומען די געים-סטאפ סטאק פון זייער עפפ, מאכענדיג א מאסיווע שטורעם, וואו מענטש שרייען אז ס'איז נישט גערעכט פון זיי, און ס'ווייזט נאר אז די מארקעט גייט נישט אן די פריוואטע אינוועסטארס און האט נאר ליב די ריזיגע קארפירעישאנס. אלץ רעזולטאט האט די עפפ באקומען א 1 סטאר רעיטינג אויף די פלעי סטאר פונעם ציבור.
IMG_20210128_204718_800.jpg

א קלעס עקשאן קאמפלעינט איז אריינגעגעבן געווארן אין ניו יארק קעגן ראבינהוד פארן דיליסטן געים-סטאפ, און נאך ווערן יעצט איינגעגעבן אין אנדערע סטעיטס. זיי האבן געטוהן אן אומלעגאלע זאך, יעצט צאלן זיי דערפאר...
IMG_20210128_204721_763.jpg

אויף די סאושעל מידיא פראנט: נאך וואס די דיסקארד סערווער איז פארמאכט געווארן מיט שוואכע תירוצים פון היינט בפירוש פון געוויסע יחידים צווישן די 250,000 מעמבער'ס דעראויף, איז די עצם סאברעדדיט פארמאכט געווארן פאר א שעה דורך די מאדערעיטארס, און זיך געעפנט מיט א סטעיטמענט אראפרייסנדיג דיסקארד. אן אומאפיציעלע טעלעגרעם טשעננעל האט אויך גענאסן פאפולעריטעט און האלט ביי איבער 50,000 סובסקרייבערס און גאנצע 1000 אויף די לייוו קאל.

די העדזש קאמפאניס האבן שוין דערווייל איבער 13 ביליאן דאלער, און זייערע פארלוסטן זענען געשאצט אויף איבער א טריליאן דאלער. בשעת יעדער ווארט מיט נייגער צו זעהן וויאזוי דאס וועט זיך אויסשפילן איז סאושעל מידיע איבערגעדרייט...
בייגעלייגטע פיילס
IMG_20210128_204733_282.jpg
IMG_20210128_204729_311.jpg
IMG_20210128_204727_422.jpg

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר