נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק

אלעס איבער האנדל וואנדל

Re: נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק

הודעהדורך דורכגעטראכטער » מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 10:57 am

וועטערבאריכט האט געשריבן:איך האב געמאכט די לעצטע פאר גראסערי ארדערס אין בינגא. איך מוז זאגען אז דער געשעפט איז ממש א מחי-ה. סיי די באקוועמטליכקייט פון אריינדרייווען גראד אין א פארקינג לאט, אויב עס רעגענט גייט מען ווייטער אין די indoor lot. דער ערשטער לעוועל איז גראדע גאנץ פארשטופט אבער אויב איהר גייט צו די sublevel basement פארקינג איז אסאך גרינגער צו געפינען פלעצער און איך האב דערווייל קיינמאל נישט געהאט א פראבלעם מיט די פארקינג. די געשעפט איז לעכטיג אין זייער appealing. די aisles זענען ברייט און די וועגעלעך גרויס. די layout פון די סטאר איז זייער מסודר און גרינג צו געדענקען. די סחורה איז replenished זייער אפט ממילא איז עס אייבעג שיין פריש. די פרוכט און וועיגטעבעל פרייזען זענען אויסטעליש ביליג און די קוואלעטי עקסעלענט. די פרייזען אויף ממש אלע פראדוקטען זענען זייער גוט. איך האב גראדע געמאכט אפאר חשבונות אויף מיינע לעצטע פאר ארדערס און איך קען זאגען אז איך האב געשפארט בערך 50 דאלער אויף א יעדער 100 ווען איך compare עס צו די לאקעלע געשעפטען איך פלעג גיין. די געשעפט איז זייער ביזי מיט אסאך אידען פון אנדערע היימישע ערטער אזוי ווי וויליאמסבורג.איך זעה אויך פלענטי גבירים וואס האבען ליב דארט איינצוקויפען .עס איז נישט נאר וועגען געלט , עס איז א אינטערסאנטע פלאץ ווי איהר טרעפט זיך מיט חברים און שכנים. להבדיל, זעה איך דארט אסאך גוים , כנעזע און אטעליענע קומען אריין שאפען ... איך האב גארנישט א נגיעות אין דער געשעפט און איך פול גראדע מיטלייד מיט די קלענערע גראסעריס. אבער עס איז שוין לעצטענס געווען big fish eats small fish . איך בין אויפגעוואקסען אויף 18ave מיט א גראסרי א יעדע פאר בלאקס. גאלדבערג האט איינגעשלינגען אלע קלענערע און אנגעהויבען פארקויפען פלייש, פרוכט... כולל סטאר די זעלבע. ווען בריעדבערי איז אנגעקומען צו מיין געגענט האט וויזנערס און הדר גאולה געציטערט. יעצט איז הדר גאולה דער טעיק אויט פאר בינגא. אזוי גייט עס...בקיצור יעצט איז אנגעקומען א ריזיגע פוש און עס שלינגט איין אלע גרעסערע סופערמאקעטס, איך קען עפעס נישט טרעפען די sympathy פאר זיי. די קלענערע גראסעריס וועלען נאך אלס באקומען די קליינע טעגליכע ארדערס אבער די נייע בינגא געשעפט פארט זייער גוט און עס איז פיינע נייעס פאר בארא פארק און אנדערע היימישע ערטער.

צדיק, ווי לאנג ער וועט נישט מאכן קיין דעליוועריס אין האבן נארמאלע פאקערס וועט ער נישט מצליח זיין אין אינזער געגענט.
דורכגעטראכטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 24, 2015 8:33 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

Re: נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק

הודעהדורך דורכגעטראכטער » מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 11:00 am

וועטערבאריכט האט געשריבן:
קאסטנער האט געשריבן:
וועטערבאריכט האט געשריבן:איך האב גראדע געמאכט אפאר חשבונות אויף מיינע לעצטע פאר ארדערס און איך קען זאגען אז איך האב געשפארט בערך 50 דאלער אויף א יעדער 100 ווען איך compare עס צו די לאקעלע געשעפטען איך פלעג גיין.


דעס מיינט אז זיי זענען מיט פיפציג פראצענט ביליגער אויף זייערע אייטעמס ווי סתם א גראסערי?

איך האב גענומען א ריסיט און אדורך אייטעם ביי אייטעם אנקעגען ברעידבערי און א קלענערע גראסערי סטאר וואס איך/ אדער מיין ווייב גיי געווענטליך פאר מיין וועכענטליכע ארדערס. זיי זענען ביידע נישט פון די ביליגערע געשעפטען. פון די אויבערדערמאנטע קען איך זיך שפארען ארום 50 דאלער פון א 100 טייפ ארדער.

נאכאמאל קלארשטעלען, איך טו נישט צוגלייכען צוויי גרעסערע געשעפטען ווי לאמיר זאגען גאורמעט גלאט צו כולל, אדער כולל צו גאלדבערג. איך רעד פון די קלענערע און טייערע גראסעריס ארום בארא פארק . אויב איך שפאר זיך איין 1-2 דאללער אדער פער אייטעם , איז גאנץ גרינג צו זעהן אז פאר א 109 דאלערדיגע ארדער וואלט עס געווען מיט א 47 דאללער העכער ווי בינגא. איך בין נישט דער טייפ ארום גיין זיכען מציאות עקסטער אין א פאר געשעפטען, אבער אויב א פלאץ האט גוטע סחורה אויף גוטע פרייזען , גוטע פארקינג, און א גוטע אטמאספער...נו ..לוינט זיך עס דען נישט?

די גלייכסט צי דיין ארדער פון בינגא צי ברעדבערי וואס איז די טייערסטע געשעפט אין גאנץ בארא פארק? גיי קיין כולל און דאן זאג מיר וויפיל די האסט דיך געשפארט.
דורכגעטראכטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 24, 2015 8:33 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 12:01 pm

וועטערבאריכט האט געשריבן:איך האב גראדע געמאכט אפאר חשבונות אויף מיינע לעצטע פאר ארדערס און איך קען זאגען אז איך האב געשפארט בערך 50 דאלער אויף א יעדער 100 ווען איך compare עס צו די לאקעלע געשעפטען איך פלעג גיין.

וועטערבאריכט האט געשריבן:אויב איך שפאר זיך איין 1-2 דאללער אדער פער אייטעם, איז גאנץ גרינג צו זעהן אז פאר א 109 דאלערדיגע ארדער וואלט עס געווען מיט א 47 דאללער העכער ווי בינגא.

דאס איז נישט 50 דאלער אראפ פון 100 (= א 50% הנחה); דאס איז $47 אראפ פון $154 (= ארום 30% הנחה). דאס מאכט אביסעלע מער סענס.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17786 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18075 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 12:46 pm

שמעקעדיג: מ'זעהט אז איהר זענט א סוחר. א ביזנעסמאן. ד.ה. פראקטיש געטראכט. ווייל מיין גראסערי זז"ג און שטארק און זאלל מאריך ימים זיין. (ספעציעל נאך די פתיחה פון בינגא, קען ער ניצן מיין ברכת הדיוט... :lol: ) האט פארקויפט פאר מיין ווייב די לאקשן אז ער געט אונז א 15% הנחה אויף ארדערס. אבער ווען איך האב נאכגערעכנט, האב איך געזעהן אז ס'איז קוים אנגעקומען צו 7-71/2%...איך מאך עס נישט אוועק. אבער ס'איז נישט אזוי שיין וי מ'פארקויפט עס..!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14516 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך כלבאשבוע » מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 3:56 pm

הוגה האט געשריבן:
איך שאפ אין קאסקאו מזמן לזמן, און דארט שפאר איך זיך אויך מינימום א פופציגער פער יעדע הונדרעט דאלער פון מיין געהעריגע גראסערי, וועלכע איז יא א גאר ביליגע גראסערי. ממילא איז וועטערבאריכט'ס באריכט בכלל נישט קיין שאק פאר מיר.
.

איך האב קאמפערט בינגאו פרייזן צו קאסקאו (למשל דיטערטזשענט, דישוואשינג זייפ, שעמפאו) קאסקאו איז נאך אלץ קלאר ביליגער.

אויף כשרע פראדוקטען און ספעשלס פארמעסט ער זיך מיט כולל, ביידע האבן גוטע ספעשלס און עס ווענדט ווי א אייטעם, געוויסע פראדוקטען איז בינגאו ביליגער און אנדערע זאכן איז כולל ביליגער.

די פראבלעם מיט בינגאו איז אז ער האט נישט קיין אויסוואל פון אונזער היימישע ברענדס און זיין אייגענע ברענד טראסט איך אינגאנצן נישט.
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 481
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 393 מאל

הודעהדורך וועטערבאריכט » מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:07 pm

דורכגעטראכטער האט געשריבן:
וועטערבאריכט האט געשריבן:.

צדיק, ווי לאנג ער וועט נישט מאכן קיין דעליוועריס אין האבן נארמאלע פאקערס וועט ער נישט מצליח זיין אין אינזער געגענט.

ווען מען פאקט אלעס אריין אין בעגס און די בעגס לייגען זיי גלייך אריין אין שאפונג קארט וואס מען קען צוברענגען ביז דער קאר, איז וואס איז דער פראבלעם? גראדע , וואס מיינט איהר מיט אונזער געגענט? בארא פארק, אין בארא פארק קען מען זיך אניוועי נישט א פארק טאן און אריינלויפען אין רוב גרעסערע געשעפטען. אוואדע איז דעליווערי זייער באקוועמט, אבער רוב מענטשען האבען גראדע ליב אראפצוגיין צום געשעפט און אויסשטעלען די ארדער. אויב רופט מען אדער פעקסט מען אריין אן ארדער באקומט מען עלטערע סחורה מיט אפאר mistakes וואס מען דארף צירוקשיקען... its a hassle. לפי עניות דעתי, זענען מענטשען זענען נישט אזוי ווייט אינטערסירט אין ווי פענסי דער פלאץ איז און אויב די מעקסיקאנער זענען אנגעטוהן אין א שיינע uniform וכו׳ נאר ווי גרינג עס איז צו פארקען , ווי גרונג עס צו געפינען סחורה, ווי פריש עס איז, ווי ביליג די פרייזען זענען אויף רעגעלאר ברענדס , ווי לאנג מען דארף ווארטען אויף די ליין צו צאלען... דעטס איט .
אויב זיי וואלטען געמאכט באקסעס און דעליווערי וואלט עס אריינגעברענגט מער ביזנעס אבער כאטש אזוי קענען אנדערע גראסעריס נאך מאכען א לעבן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך וועטערבאריכט אום מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 6:13 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2154
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4413 מאל

הודעהדורך וועטערבאריכט » מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:16 pm

כלבאשבוע האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:
איך שאפ אין קאסקאו מזמן לזמן, און דארט שפאר איך זיך אויך מינימום א פופציגער פער יעדע הונדרעט דאלער פון מיין געהעריגע גראסערי, וועלכע איז יא א גאר ביליגע גראסערי. ממילא איז וועטערבאריכט'ס באריכט בכלל נישט קיין שאק פאר מיר.
.

איך האב קאמפערט בינגאו פרייזן צו קאסקאו (למשל דיטערטזשענט, דישוואשינג זייפ, שעמפאו) קאסקאו איז נאך אלץ קלאר ביליגער.

אויף כשרע פראדוקטען און ספעשלס פארמעסט ער זיך מיט כולל, ביידע האבן גוטע ספעשלס און עס ווענדט ווי א אייטעם, געוויסע פראדוקטען איז בינגאו ביליגער און אנדערע זאכן איז כולל ביליגער.

די פראבלעם מיט בינגאו איז אז ער האט נישט קיין אויסוואל פון אונזער היימישע ברענדס און זיין אייגענע ברענד טראסט איך אינגאנצן נישט.

היימישע ברענדס האט ער , וויפיל היימישע ברענדס זאל ער האבען? איהר קען דען טעיסטען א חילוק ציווישען היימישע ברענדס , איך קען נישט, באמת׳ן זענען אלע היימישע ברענדס subpar אין קוואלעטי און טעיסט. עס איז אן עקסטרע שמועס, אבער ווילאנג ער פארקויפט ou brands און אפאר היימישע השגחות איז געניג. לאמיר דיר זאגען נייעס די חסידים און בארא פארק זענען נישט אזוי פארקויפט פאר די היימישע השגחות. די איינציגע צייט אין יאהר וואס היימישע השגחות פארקויפען זיך שיין איז פסח. איך מאך נישט אוועק אויב איינער פירט זיך אזוי א גאנץ יאהר ...חס ושלום.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך וועטערבאריכט אום מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 6:14 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2154
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4413 מאל

הודעהדורך וועטערבאריכט » מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:18 pm

כלבאשבוע האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:
איך שאפ אין קאסקאו מזמן לזמן, און דארט שפאר איך זיך אויך מינימום א פופציגער פער יעדע הונדרעט דאלער פון מיין געהעריגע גראסערי, וועלכע איז יא א גאר ביליגע גראסערי. ממילא איז וועטערבאריכט'ס באריכט בכלל נישט קיין שאק פאר מיר.
.

איך האב קאמפערט בינגאו פרייזן צו קאסקאו (למשל דיטערטזשענט, דישוואשינג זייפ, שעמפאו) קאסקאו איז נאך אלץ קלאר ביליגער.

אויף כשרע פראדוקטען און ספעשלס פארמעסט ער זיך מיט כולל, ביידע האבן גוטע ספעשלס און עס ווענדט ווי א אייטעם, געוויסע פראדוקטען איז בינגאו ביליגער און אנדערע זאכן איז כולל ביליגער.

די פראבלעם מיט בינגאו איז אז ער האט נישט קיין אויסוואל פון אונזער היימישע ברענדס און זיין אייגענע ברענד טראסט איך אינגאנצן נישט.

קאסטקא ברויך מען זיין א מעמבער, איך פלעג זיין א מעמבער אבער איך האב באמערקט אז איך קויף איין אסאך פרודוקטען וואס איך דארף נישט עס לאזט זיך קויפן צו גרינג.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2154
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4413 מאל

הודעהדורך וועטערבאריכט » מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:25 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:
וועטערבאריכט האט געשריבן:איך האב גראדע געמאכט אפאר חשבונות אויף מיינע לעצטע פאר ארדערס און איך קען זאגען אז איך האב געשפארט בערך 50 דאלער אויף א יעדער 100 ווען איך compare עס צו די לאקעלע געשעפטען איך פלעג גיין.

וועטערבאריכט האט געשריבן:אויב איך שפאר זיך איין 1-2 דאללער אדער פער אייטעם, איז גאנץ גרינג צו זעהן אז פאר א 109 דאלערדיגע ארדער וואלט עס געווען מיט א 47 דאללער העכער ווי בינגא.

דאס איז נישט 50 דאלער אראפ פון 100 (= א 50% הנחה); דאס איז $47 אראפ פון $154 (= ארום 30% הנחה). דאס מאכט אביסעלע מער סענס.

מיין עקפערטיס איז אין וועטער, נישט חשבון , איך האב א רעסיט דא פון אן ארדער וואס האט געקאסט 108 דאלער. אין אן אנדערע סטאר קאסט עס מיר 155. ד״ה א סעיווינגס פון 47 דאלער. 30 פערצענט פון 155 איז טאקע ארום $47. ביסטו גערעכט עס איז 30 פערצענט ביליגער ווי די טייערע געשעפטען.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2154
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4413 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 9:44 pm

ווען איך גיי ווען אהין וואלט איך מיט געברעגנט אין קאר צוויי דריי באקסעס און אריינגעלייגט אין מיין shopping cart און אלע בעגס גייען אריין אין דיעם באקס,
און גרינגערהייט גייט אריין די באקס אין די קאר און שלום על ישראל.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

הודעהדורך וועטערבאריכט » מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 9:56 pm

די גלייכסט צי דיין ארדער פון בינגא צי ברעדבערי וואס איז די טייערסטע געשעפט אין גאנץ בארא פארק? גיי קיין כולל און דאן זאג מיר וויפיל די האסט דיך געשפארט.[/
quote]
איך האב געהערט פון אפאר שכנים, מענטשען אין די ביזנעס, אז אלע סטארס זענען נישט צופרידען און ליידען פון בינגא אבער דער מערסטע האט עס געקלאפט כולל, לויט דיין השערה פארוואס איז דאס דער קעיס. דער עולם האט נישט ליב די וואלעט פארקינג. גראדע האלטען זיי אז ברעדבערי וועט נישט אזוי ליידען ווייל דער עולם וואס גלייכט די white glove service וועט בליייבען דארט. איך בין אויך נישט convinced אז ברעדבערי איז אזוי טייער. עס וועט נעמען צייט צו זעהן וויאזוי עס וועט זיך אנטוויקלען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך וועטערבאריכט אום מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 10:02 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2154
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4413 מאל

הודעהדורך וועטערבאריכט » מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 10:00 pm

ירח בן יומו האט געשריבן:ווען איך גיי ווען אהין וואלט איך מיט געברעגנט אין קאר צוויי דריי באקסעס און אריינגעלייגט אין מיין shopping cart און אלע בעגס גייען אריין אין דיעם באקס,
און גרינגערהייט גייט אריין די באקס אין די קאר און שלום על ישראל.

דער אמת איז אזוי אויב מען גייט צו וואלמארט פאקט מען אלעס אריין אין בעגס. איך ווייס נישט וואס דער ענין איז נישט צו פאקען אין באקסעס, אבער אויב מען שלעפט אסאך סחורה אהיים , איז דאך גרינגער אויסצולאדענען און ארויפברענגען אפאר בעגס אויף אמאל, ווער וויל ארויפשלעפען א 20 פונטיגע באקס?
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2154
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4413 מאל

הודעהדורך סקרן » פרייטאג יאנואר 13, 2017 11:14 am

שמעתי שמועה אז די גראסעריס ווילן רופן בינגא אין דין תורה?
האט איינער אפשר מער אינפא?
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך שאולדיספריםפאקער » פרייטאג יאנואר 13, 2017 11:18 am

חוקר וסקרן האט געשריבן:שמעתי שמועה אז די גראסעריס ווילן רופן בינגא אין דין תורה?
האט איינער אפשר מער אינפא?

בעיסד אויף וואס ?
בלויז פארן געבן ביליגערע פרייזן? וואספארא טענה קענען די גראסעריס האבן ?
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

הודעהדורך קאמענטירער » פרייטאג יאנואר 13, 2017 12:02 pm

חוקר וסקרן האט געשריבן:שמעתי שמועה אז די גראסעריס ווילן רופן בינגא אין דין תורה?
האט איינער אפשר מער אינפא?

מיין השערה איז: אז די סארט מעשיות שאדט גארנישט פאר בינגא, ווייל אפי' אז סאיז ריכטיג איז אמעריקא א פרי מארקעט, און סלייגט זיך נישט אויפן געדאנק אז אנדערע גראסעריס זאלן קענען איינעם אפהאלטן פון טון ביזנעס..

מילא סאיז נאר אזא שמועה וואס אפי' בינגא אליינס קען באשטיין אז סזאל צורקעלורן, אז די עולם זאל טראכטען אז זיי פארקויפען פאר שטוינענד ביליג אזש אז אנדערע גראסעריס גייען ארויסגיין פון ביזנעס, און זיי וכו'
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

Re: נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק

הודעהדורך קלוגע יודל » פרייטאג יאנואר 13, 2017 2:23 pm

שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:
חוקר וסקרן האט געשריבן:שמעתי שמועה אז די גראסעריס ווילן רופן בינגא אין דין תורה?
האט איינער אפשר מער אינפא?

בעיסד אויף וואס ?
בלויז פארן געבן ביליגערע פרייזן? וואספארא טענה קענען די גראסעריס האבן ?

@hasidic1
אויף טוויטער זאגט אז די גראסעריס האבן שוין גערופן צו דין תורה.
קלוגע יודל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 383
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 1:40 am
האט שוין געלייקט: 142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

הודעהדורך קאמענטירער » מוצ"ש יאנואר 14, 2017 8:20 pm

אה ערגעץ האלט מיר שוין אז טוויטער איז שוין היינט א קראנטע מקור!!
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 768
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

Re: נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק

הודעהדורך קלוגע יודל » מוצ"ש יאנואר 14, 2017 11:06 pm

קאמענטירער האט געשריבן:אה ערגעץ האלט מיר שוין אז טוויטער איז שוין היינט א קראנטע מקור!!

און נאך ווער אויף טוויטער....
קלוגע יודל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 383
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 1:40 am
האט שוין געלייקט: 142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג יאנואר 15, 2017 12:43 am

קלוגע יודל האט געשריבן:@hasidic1
אויף טוויטער זאגט אז די גראסעריס האבן שוין גערופן צו דין תורה.


Just to give you an idea ווי פארלעסליך hasidic1 איז, ער ברענגט כסדר נאך פון קאווע שטיבל (אן גיבן קרעדיט, א שמועס פאר זיך). דאס זענען זיינע סארסעס
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2506
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2619 מאל

הודעהדורך סקרן » זונטאג יאנואר 15, 2017 1:58 pm

שמעתי פון איינער וואס ארבעט אין בינגא
נישט אז דאס איז 100 פראצענט זיכער
דערפאר האב איך געוואלט מברר זיין
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1074
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 649 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג יאנואר 15, 2017 4:53 pm

בינגא איז אויסגעלאפן פין אייער.

זעהט אויס אז די אייער קאמפאני האט פרעשור פין קר"מ.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1753
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 937 מאל

Re: נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק

הודעהדורך קלוגע יודל » זונטאג יאנואר 15, 2017 10:05 pm

אישתישבי האט געשריבן:בינגא איז אויסגעלאפן פין אייער.

זעהט אויס אז די אייער קאמפאני האט פרעשור פין קר"מ.

זיי פארקויפן אייער פאר זייער ביליג, 18 אייער פאר $0.99. לעומת געהעריגע פרייז פון $1.29 פאר 12 אייער.
קלוגע יודל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 383
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 1:40 am
האט שוין געלייקט: 142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 144 מאל

בינגא אפדעיט

הודעהדורך וועטערבאריכט » פרייטאג יאנואר 20, 2017 8:03 am

איך בין געווארען א רעגאלער קאסטומער ביי בינגא, די פרייזען זענען געבליבען די זעלבע זייער ביליג אנטקעגען אנדערע געשעפטען ארום בארא פארק. אפאר מענטשען אדער גראסערי האבען פרובירט צו מאכען טראבעל, עפעס וועגען איבערפאקען סחורה אהן התאחדות השגחה. איך ווייס נישט וואס איז געווארען מיט דעם. באקסעס טוהן זיי יא צושטעלען יעצט, דעליווערי סערוויס איז אוועליעבעל דורך אן עקסטערע סערוויס.
א גוט שבת.
באניצער אוואטאר
וועטערבאריכט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2154
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4413 מאל

גלאובער'ס

הודעהדורך עמעזאן » מיטוואך מערץ 01, 2017 12:25 am

די נייע פראכטפולע קלאָודינג געשעפט גלאובער'ס גרייט זיך אין די טעג צו עפענען די פראכטפולע מלכות'דיגע רחבות'דיגע לאקאל אויף ספּענסער קארנער מירטל אין הארץ פון ניי ווילימסבורג.

ווי זי אנטשפרעכט וועט זי צישטעלן דיספאזעבל הערליכע סוטס און בעקיטשעס גענוי ווי אירע פארגייער'ס וואס נאך 5 חדשים וועט מען עס דארפן ריפלעסן,
אבער נישט געזארגט ווי זיינע פארגייער'ס וועט זיין סעילס יעדע שני וחמישי כדי די ארימע וויליאמסבורגע ציבור זאל זיך קענען ארלויבן.

עס איז צו ערווארטן פאר תושבים ווילימסבורג א סעיל-קריג ווי יעדער וועט דיר זיכען צו פארזיכערן אז ביי עם וועסטו ארויסגיין א קליגליכער.

די נייע געשעפט איז תחת בעלותו של יחזקאל סטרולאוויטש ושותפו גלויבער מלפנים GB ומלפני לפנים G&G
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1810
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1020 מאל

הודעהדורך מבשר ואומר » מאנטאג אפריל 23, 2018 7:58 pm

בארא פארק, 13 און 50
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20180423-WA0108.jpg
מבשר ואומר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 01, 2012 1:42 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק ביזנעס וועלט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט