בלאט 1 פון 1

נייע פראכטפולע אידישע געשעפטן אין ניו יארק

נשלח: מיטוואך מאי 14, 2014 4:28 pm
דורך מבשר ואומר
עס זענען ב"ה פארהאן אסאך אידן וואס מאכן פרנסה, און לעצטענס הערט מען כסדר פון אידישע געשעפטן וואס עפענען זיך אויף מיט ריזיגע פראכטפולע לאקאלן, לשם ולתפארת.

אין בארא פארק עפענט זיך די טעג די הערליכע געשעפט "Tree House", וואס וועט זיין א פראכטפולער צוויי שטאקיגע שפילצייג-געשעפט.
דער געשעפט פלעגט זיין ממש א לעכל, און האט געטראגן דעם נאמען Variety Center. מיט אן אינוועסטמענט פון הערשל שרייבער, איז אפגעקויפט געווארן דעם דערנעבנדיגן געשעפט, און עס איז געבויט געווארן דער פראכטפולער נייער געשעפט.
דער אייגנארטיגער דיזיין פון דעם געשעפט האט א גאר שטארקן אפקלאנג ביים עולם.
דער אמאליגער לאקאל:
Tree House1.JPG
Tree House1.JPG (207.23 KiB) געזען געווארן 17635 מאל


בשעת דער געשעפט האט זיך געבויט, איז דער גאנצער בנין געווען איבערגעדעקט מיט א הערליכן אויפשריפט איבער דעם קומענדיגן געשעפט:
Tree House2.jpg
Tree House2.jpg (203.5 KiB) געזען געווארן 17635 מאל


נאכדעם איז דער געשעפט אויפגעדעקט געווארן:
Tree House.JPG
Tree House.JPG (186.12 KiB) געזען געווארן 17635 מאל



*

נאך א גרויסער געשעפט עפענט זיך אויף די טעג אין בארא פארק, מיט'ן נאמען Breadberry. דער געשעפט וועט זיין א סופערמארקעט אויפ'ן שטייגער ווי פאמעגראנעט וכדומה, און געפינט זיך ביי 17 קארנער 60.
Breadberry.jpg
Breadberry.jpg (223.46 KiB) געזען געווארן 17635 מאל


וועבסייט: http://www.breadberry.com/