בלאט 1 פון 1

פראגעס און ענטפערס אין ביזנעס אפערעטינג כללים

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 1:22 am
דורך רויטע וואנצעס
יעדער ביזנעס וואס א מענטש טוט מיט'ן ציהל צו מאכן געלט פעלט זיך אויס צוויי פונדאמענטעל זאכן, איינס דער גברא דארף האבן כשרונות און ווילן וכדומה צו פירן די זאך, והשנית די חפצא, די זאך אין וואס ער לייגט זיך אריין דארף האבן פאטענשעל. איינמאל דער ביזנעס הייבט למעשה אן לויפן, קומט אריין אין בילד די צוויי אפערעטינג יסודות פון קאסטעמער קעיר און מארקעטינג.

ארום די פיהר חלקים פון פרי ביזנעס און פאסט אוועקשטעלן די ביזנעס דרייט זיך אלעס. די מער די פיהר חלקים זענען אדורכגעטראכט און בארבייט, די מער פאטענשול דער ביזנעסמאן האט.

די אמאליגע וועלט פון עפענען א פארחזערטע גראסערי אדער פיש סטאר איז דערנאך. ס'איז א וועלט ווי קאסטמער קעיר איז קעניג און מארקעטינג איז משנה למלך. מענטשן וואס האבן נישט קיין ביזנעס ערצויאונג דארפן דאס פארשטיין און לעבן מיט די כללים ווייל אויב נישט זענען דא נאך 20 וואס טוען די זעלבע זאך נאר בעסער.

איך עפן דעם אשכול אויף א שו"ת פארמאט אין די פשוטע אבער וויכטיגע כללים. יעדער איז מכובד צו פרעגן און יעדער קען אוודאי אויך ענטפערן.