כוכב'ס מארקעטינג אבזערוואציעס

אלעס איבער האנדל וואנדל
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

כוכב'ס מארקעטינג אבזערוואציעס

שליחה דורך כוכב »

1. לעצטנס איז דא ארויפגעשטעלט געווארן א ווידעא איבער א טור אין וויליאמסבורג דורך א געוויסן מאן דהוא. באלד אנהויב פון דעם טור שטעלן זיי זיך אפ ביי א גרויסן אדווערטייזמענט פלאקאט פון פוקס שטריימעלעך, און די צוויי באמערקן אן אפענעם טעות, אנשטאט "אין ביהמ"ד" שטייט "און ביהמ"ד".
כאטש די גאנצע טור זעט אויס אנגעפיקעוועט מיט פורים תורות, איז דאס אבער א וויכטיגע אבזערוואציע. אין דער צייט וואס די גראמטיק אין אויסגאבעס זענען פארהעלטניסמעסיג אויסגעהאלטן, איז אבער די גראמאטיק ביי אונזערע עד בדיוטא התחתונה.
דארט שמייכלען זיי זיך גאנץ פיין אונטער פון דעם מארקעטינג סלאגאן "די שענסטע שטריימל אין שול", ווי דער עיקר איז "צו זיין א זאך אין שול" מיט א שיינע שטריימל.
אונזער מארקעטינג אינדוסטריע בכלל פאדערט א גרינטליכע אנאליז, וואס איך פלאן צו שרייבן ווען איך ענדיג אלע מיינע פראיעקטן... בכל אופן האף איך דא ארויפצושטעלן מיינע מארקעטינג אבזערוואציעס.

הויפטזעכליך דארף באטאנט ווערן די שטריימל אדווערטייזמענט אינדוסטריע, ווי איינער שטייגט איבער דעם צווייטן מיט טפשות און אאומקאמפענטענץ. אזא טעות ווי "עקסלוסיוו" אנשטאט "עקסקלוסיוו" האט געקענט אנגיין פאר וואכן און חדשים אן איינער זאל באמערקן.
די טפשות אווארד גייט פאר "שטריימל סענטער". איך קען נישט סובל זיין זייער קינדערישער קאמפיין, און זייער לעצטיגער סלאגאן "וואס זאגט די גאס?" דארף גרוילן יעדן רעכטדענקיגן מענטש.
און ווער עס קען מיר מסביר זיין די מארקעטינג קאנצעפט פון דעם קרויס עד: "אליין אין וואלד", וועל איך בלי"נ ארויסנעמען פאר א לאנטש!...
אליין אין וואלד איז א נאמען פון א בוך און א פאסיגער נאמען פאר א שפיל, גיי פארשטיי וואס עס האט מיט שטריימלעך.
לא תם ולא נשלם.
איך וויל איינלאדענען [tag]ראשעקאל[/tag] צו דעם אשכול. איך בין זייער לאו טעק, אויב דו קענסט פרובירן צו שטעלן די בילדער ווען איך באהאנדל אן אדווערטייזמענטס, וועט עס פיל ארויסהעלפן פאר דער הצלחה פון דעם אשכול.

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר