De Blasio's מלחמה מיט UBER

אלעס איבער האנדל וואנדל
רעאגיר
BAL TSHIVA
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 371
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל

De Blasio's מלחמה מיט UBER

שליחה דורך BAL TSHIVA »

נעכטן קלינגט מיר די טעלעפון, מיט א גערעגטע מינע געב איך א צי ארויס דעם טעלעפון פונעם האלטער, ווער פאר א גיט יאר באדערט מיר אויף א זינטאג אין די 9 טעג? מ'דארף דאך ממעט זיין ב'ביזנעס? ווער וויל מיך מכשל זיין? (אינטרעסאנט אז ער ווייסט נישט מיין נאמבער א גאנץ יאר)
איך געב א קיק אויפן caller ID, שטייט דארט UBER INC, וואס? UBER די נייע קאר סערוויס פין אמעריקע זיכט צי רעדן מיט מיר? אויב אזוי ווערט דאך שוין א שאלה פין דבר האבוד, האב איך מיר מתיר געווען אין געגעבן א דריק talk.
הייבן זיי מיר אן צי פארציילן וועגן א מלחמה וואס דער מעיאר פירט מיט זיי, אויב איז דאס די גאנצע וואס עטץ האטס געוואלט, הענג איך צירוק אויף די טעלעפון, שיינער הייט געזאגט "אן קיין ג'וד ביי" .
קיקענדיג די נייעס היינט זע איך אז דער מעיאר וויל גאר סטאפן די קאמפאני, סטאפן די קאמפאני? דעס איז דרך אמעריקע ווי אזוי קען ער דאס טהון???
הערט אין שטוינט מ'געט עס א נאמען cap the growth of the company for 1 year until it's impact is studied
קען מיר איינער מסביר זיין מיט וואסערע ליגאלע רעכטן קען ער דאס טהון?
ארבעט עס ביי אינז פינקט ווי אין קאמיוניסט רוסלאנד? אויב האסטו הצלחה מיז מען דיר אינטערברענגן?
וואס וויל ער פין זיי? וואס פאר א impact "וויל" ער טרעפן נאך דעם יאר?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום BAL TSHIVA, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר