איינער וויל אפקויפן מיין דאמעין נעים

אלעס איבער האנדל וואנדל

הודעהדורך אנאליזירער » פרייטאג אוגוסט 28, 2015 2:43 pm

אפדעיט:

עס איז שוין דורך מער פון צוויי וואכן, און יענער האט קיינמאל נישט געענטפערט אויף מיין ענטפער. אבער היינט פארטאגס האב איך באקומען א פרישע אימעיל:

Hello,
I'm looking to buy the domain ****.com. I can offer $150. Please let me know if it's available.

Thank you
(name)

עס איז מעגליך אז ער איז דער זעלבער מענטש וואס האט מיר פריער געשיקט די אימעיל, נאר ער וויל זיך מאכן ווי א פרישער מענטש כדי גלייך אנצופאנגען מיט א נידריגן פרייז. אויב וואלט ער געזאגט אז ער איז דער זעלבער מענטש ווי פריער וואלט ער נישט געקענט אפערן $150 נאכדעם וואס איך האב געשריבן אז איך בין גרייט צו הערן נאר serious offers. יעצט אויב איז עס טאקע דער זעלבער מענטש איז דער פאקט אז ער שפילט זיך ארום, און איז נאך אלץ אינטערעסירט צו קויפן נאך עטליכע וואכן, ווייזט אז ער איז זייער שטארק אינטערעסירט אין מיין דאמעין נעים, און איך קען יא בעטן א געפעפערטע סכום.

אויב איז עס טאקע נישט דער זעלבער מענטש ווי פריער, איז אויך אינטערעסאנט אז נאכדעם וואס כ'פארמאג שוין דעם דאמעין נאמען פאר עטליכע יאר, זאל אין א חשבון פון צוויי-דריי וואכן צוויי באזונדערע מענטשן האבן חשק עס אפצוקויפן. דאס ווייזט אז דער דאמעין האט עפעס א שוויות וואס איך ווייס נישט און אנדערע ווייסן יא, און איך דארף עס אויסנוצן צו בעטן א הויכן פרייז.
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » פרייטאג אוגוסט 28, 2015 2:58 pm

ווילסט עס דען פארקויפן פאר אזוי ביליג?

אויב יא, דאן זאג אים דעם אמת אז א צווייטער האט שוין געוויזן אינטערעסע די לעצטע עטליכע טעג און זע אויב ער איז גרייט ארויפצוגיין צו $250-$500.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2179
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2307 מאל

הודעהדורך אנאליזירער » פרייטאג אוגוסט 28, 2015 3:18 pm

כ'וויל באקומען אזויפיל וויפיל ס'לוינט זיך פאר אים צו באצאלן. שטעל דיך פאר אז איך פארקויף עס אים פאר 500, און אין צוויי וואכן ארום ווערט אויף דעם געלאונטשט א נייע וועבסייט פון עמעזאן. כ'וועל זיין צופיצלט אויף שברי שברים, ווייל כ'וואלט געקענט באקומען דערפאר 20,000. דערפאר דארף איך מאכן די דאמעין גאר חשוב אין מיינע אויגן, אז ער זאל אפפערן די בעסטע פרייז וואס ער קען נאר. אויף דעם ארויף וויל איך הערן איידיעס און טריקס.
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

Re: איינער וויל אפקויפן מיין דאמעין נעים

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » פרייטאג אוגוסט 28, 2015 4:32 pm

איז פאר דעם 150 מענטש ענפער אז סארי אבער האסט באקומען אסאך העכערע אפערס.

אין מה נפשך איז ער די זעלבע זעהט ער אז סאיז נישט קיין מאנקי ביזנעס איז עס א פרישער לייגסט איהם אריין פייגליך אז דאס לויפט פאר טייער..
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 845
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 1067 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל

הודעהדורך אנאליזירער » פרייטאג אוגוסט 28, 2015 6:19 pm

זייער גוט געזאגט ר' גרויסע. כ'וועל ארבעטן אויף עפעס אזא ענטפער.
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

הודעהדורך אנאליזירער » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 10:02 pm

באקומען א פרישע אפפער פאר $700.
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

Re: איינער וויל אפקויפן מיין דאמעין נעים

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » דאנערשטאג סעפטעמבער 24, 2015 10:21 pm

אנאליזירער האט געשריבן:באקומען א פרישע אפפער פאר $700.

זעהט אויס סאיז א גוטע נאמען.......
בלייב ווייטער מיט דיין פאזעטיווע מהלך
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 845
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 1067 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל

הודעהדורך אנאליזירער » זונטאג דעצעמבער 13, 2015 10:54 am

באקומען נאך אן אפפער פאר $1000!

און פריער האב איך מיך אנגעשטויסן אין אן ארטיקעל וואס איז מסביר וואס דא גייט פאר מיט מיין (און ענליכע) דאמעין.
http://techcrunch.com/2015/12/12/china- ... e-history/
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

הודעהדורך אנאליזירער » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 12:20 pm

באקומען נאך אן אפפער פאר 1300 און נאכדעם פאר 1500.

נעם איך אן אן אפפער, אדער זאל איך ווייטער ווארטן?

פון איין זייט זע איך די פאקט אז די אפפערס ווערן העכער און העכער, און פון די אנדערע זייט האב איך מורא אז איך קען פארפאסן א גוטע אפפער.
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

הודעהדורך וכדומה.. » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 2:19 pm

כאפ און לויף!

ס'דא א שיינע טשענס אז ביז א שטיק צייט איז עס אסאך ווייניגער ווערט, ווייל אזוי ווי די מאנגעל ווערט גרעסער און גרעסער גייט מען אנהייבן אריינצוקומען מיט whatever. אנשטאט com. יעדע אינדוסטרי אדער ביזנעס טייפ וועט זיך האבן זיין אייגענע סארט com.

ס'איז שוין יעצט דא געציילטע ביזנעסעס וואס האבן עס שוין, און ווי אויך איז דא קאמפאניעס וואס אינוועסטירן יעצט אין די אלע סארט .com וואס וועלן זיין פאפולער ווען דאס ברעכט זיך איין ווי למשל coffee .food. וכו'

דאס איז זיכער אז עווענטועל מוז קומען א טויש ווייל ס'וועט פשוט נישט זיין גענוג. די שאלה איז ווי טייער וועט עס נאך ווערן פאר די קראך, ממילא איז עס א געמבל פונקט ווי א סטאק, און דו קענסט איין טאג אויפשטיין און ס'איז נישט ווערט קיין פעני.
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 8:15 pm
האט שוין געלייקט: 2257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 730 מאל

Re: איינער וויל אפקויפן מיין דאמעין נעים

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » זונטאג דעצעמבער 27, 2015 3:31 pm

דארפסט ווייטער שמעקן פארוואס זיי דארפן עס.
אסאך מאל אפי עפעס א גרויסע קאמפעני גייט עס קויפן האבן זיי אויך א בודזט ווי ווייט זיי ווילן גיין.

פין די אנדערע זייט איז אקשען דאמעינס א גוטע ביזנעס.

איז רוף אן ביידע בידדערס אין שמעק אויס ביז ווי זיי ווילן צאלן דערפאר אין פארוואס זיי דארפן עס.
למשל קענסט איהם זאגן ער קען עס היינט קויפן פאר $5000 אין קיק זיין ריעקשין וואס ער ענפערט.
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 845
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 1067 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק ביזנעס וועלט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט