תקנות קאווע שטיבל

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
admin
קאווע שטיבל מנהל
קאווע שטיבל מנהל
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 4:03 am
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

תקנות קאווע שטיבל

שליחה דורך admin »

די ווירטואלע וועלט איז א חלק פון דעם היינטצייטיגן לעבן און עס איז קלאר אז עס מוז עקזיסטירן אן ארט וואו חרדי'שע אידן זאלן קענען פארברענגען אין א היימישן גייסט, און זיך קענען צונויפשמועסן בדיבוק חברים. אבער דאס פלאץ דארף זיין אן אנגענעמער ווינקל וואו עס הערשט אחוה, שלום ורעות צווישן די חברים, און דערצו דארף זיין טאלעראנץ וואס איינער קען פארנעמען דעם צווייטנס באמערקונגען, און א פלאץ ווי חרדי'שע אידן פון אלע שטרעמונגען און פראקציעס זענען וועלקאם צו שמועסן איבער כל מיני נושאים. אט דאס איז אונזער קאווע שטיבל.

כדי צוצוקומען צום ציל, אז אין "קאווע שטיבל" זאל הערשן טאלעראנץ און הארמאניע, האט די הנהלה גענומען אויף זיך פארשידענע פארפליכטונגען און פרינציפן:

א) מנהלים קולטור – אין "קאווע שטיבל" זענען די מיטגלידער זייערע אייגענע בעלי-בתים און עס עקזיסטירט נישט קיין "מנהלים קולטור". עס זענען נישט פאראן קיין "עליטע שרייבער" מיט ספעציעלע רעכטן. אין "קאווע שטיבל" איז יעדער שרייבער און לייענער פונקט אזוי וויכטיג. קיינער דארף זיך נישט חנפ'ענען צו קיינעם. עווענטועל האט יעדער שרייבער די פאטענציאל צו ווערן א מנהל לויט דעם ווילן פון דעם ציבור.

ב) אידענטיטעט – ווי שפעטער דערמאנט, דארף יעדער וואס קומט אריין אין די פארומס זיך היטן נישט צו טאן דאס מינדעסטע וואס אנבאלאנגט דערגיין א צווייטנ'ס אידענטיטעט. אין "קאווע שטיבל", רעכנט דאס אויך אריין די חברי ההנהלה און מנהלים. דא קען יעדער זיין הונדערט פראצענט רואיג אז קיינער, אריינגערעכנט די מנהלים, וועט נישט פרובירן פארשן און גרינטעווען אין אייער מהות אדער אידענטיטעט. דאס טוען מיר אייך גאראנטירן.

ג) צענזור – וויבאלד דער עיקר ציל פון "קאווע שטיבל" איז צו געבן א פלאטפארמע פאר יעדן אינדיווידועלן מענטש פון דעם אידיש-רעדנדן חרדי'שן ציבור און אז אלע זאלן זיך קענען היימיש צונויפשמועסן, אפגעזען די פערזענליכע מיינונגען פון אנדערע מיטגלידער אדער חברי ההנהלה, וועלן מיר נישט פירן קיין אקטיווע צענזור-אקטיוויטעטן. די הנהלה נעמט אן מיט א פשטות אז די שרייבער זענען גענוג ערוואקסן און אינטעליגענט זיך צו באגרעניצן איבער וואס און וויאזוי צו שרייבן. מיר פארשטייען אז די חברי הקהל וועלן זיך זעלבסט-צענזורירן און שרייבן אויף אזא אופן ס'זאל זיין ראוי לעלות על שולחן מלכים, בסבר פנים יפות, בנחת, מיט רעספעקט פאר זיך און פאר'ן גאנצן ציבור, און אידישליך אויסגעהאלטן. אין יעדנספאל פארשפרעכן מיר אז קיין שום הודעה וועט נישט פארשוואונדן ווערן אָן דעם וואס א קלארע סיבה זאל אנגעגעבן ווערן.


ד) פאר יעדנ'ס טובה:
יעדער וואס טרעט אריין אין די פארומס דארף זיך היטן נישט צו טאן דאס מינדעסטע וואס אנבאלאנגט דערגיין א צווייטנ'ס אידענטיטעט; מען זאל שרייבן אידישליך; נישט נוצן קיין וואולגארע אויסדרוקן; נישט שרייבן קעגן פריוואטע מענטשן; יעדער מענטש וועלכער פאררופט זיך אלץ א רב אדער אדמו"ר זאל באקומען די צוגאבע "הרב" אדער "אדמו"ר" פאר זיין נאמען; פרובירן מינימיזירן אפענע גראמאטישע גרייזן אויף וויפיל מעגליך; ווען מען לייגט לינקס צו אנדערע וועבסייטס (הייד פארק, בחדרי חרדים, וואס איז נייעס, יו-טוב, וכדומה), זאל מען קודם האבן קלאר דורכגעקוקט יענעם בלאט צי עס איז נוגע צו דעם ענין וואס מען רעדט, און צי עס איז פאסיג פאר "קאווע שטיבל". דער עיקר איז אז מ'זאל זיך באציען צו יעדן מיט כבוד און רעספעקט, און אויספירן דעם ציל אז "קאווע שטיבל" זאל זיין א פלאץ וואו עס איז אנגענעם צו פארברענגען מיט כבוד האדם און כבוד עצמי.

איצטערט, גיסט אייך אן א גלעזעלע קאווע און זייט זיך מכבד.
admin
קאווע שטיבל מנהל
קאווע שטיבל מנהל
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 4:03 am
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

Re: א ווארט צו דעם נייעם מעמבער

שליחה דורך admin »

בתודה על העבר ובבקשה על העתיד כאפן מיר א בליק אויף וויאזוי "קאווע שטיבל" האט זיך אנטוויקלט אין די לעצטע צוויי וואכן, און מיר קענען זאגן מיט א זיכערקייט אז אפילו בלויז פאר די שיינע שמועסן וועלכע האבן זיך אנטוויקלט אין דער קורצער צייט האט זיך שוין געלוינט די שווערע ארבעט. פארשטייט זיך אז מיר לייגן ווייטער אריין גרויסע כוחות אז "קאווע שטיבל" זאל זיך ווייטער אנטוויקלען ברוב פאר והדר.
עס איז יעצט די צייט אויסצוקלארן פארשידענע פראגעס וועלכע זענען געשטעלט געווארן, און אוועקשטעלן גדרים וועלכע וועלן בעסער קלארשטעלן אונזער ציל און האפנונג פאר דעם כאראקטער פון "קאווע שטיבל".

ה) צענזור – ווען מיר האבן לכתחילה געשריבן איבער א גאר לייכטן צענזור איז דאס געווען געבויט אויף דער הנחה אז "די הנהלה נעמט אן מיט א פשטות אז די שרייבער זענען גענוג ערוואקסן און אינטעליגענט זיך צו באגרעניצן איבער וואס און וויאזוי צו שרייבן. מיר פארשטייען אז די חברי הקהל וועלן זיך זעלבסט-צענזורירן און שרייבן אויף אזא אופן ס'זאל זיין ראוי לעלות על שולחן מלכים, בסבר פנים יפות, בנחת, מיט רעספעקט פאר זיך און פאר'ן גאנצן ציבור, און אידישליך אויסגעהאלטן." געוויסע האבן נישט פארשטאנען אונזער כוונה, און האבן געמיינט אז דא איז א מקום הפקר, און מ'קען דא שרייבן וואס אימער. מיר ווילן דעריבער נאכאמאל אונטערשטרייכן אז מיר קענען אנהאלטן א מינימאלן צענזור בלויז אויב עס שטעלט זיך ארויס אז די שרייבער זענען גענוג ערוואקסן און אינטעליגענט זיך צו באגרעניצן איבער וואס און וויאזוי צו שרייבן. אויב שטעלט זיך ארויס אנדערש, וועלן שטרענגערע מאסנאמען גענומען ווערן אין באטראכט פאר דעם באטרעפנדן ניק.

ו) דברים העומדים על הפרק - מיר ערלויבן דאס שרייבן וועגן זאכן וואס זענען נוגע חרדי'שע אידן, געזעלשאפטליכע ענינים העומדים על הפרק‚ אבער "קאווע שטיבל" קען נישט גענוצט ווערן אלץ א "רכילות טרעגער". דערפאר פארלאנגען מיר אז הודעות אין אזעלכע ענינים זאלן געשריבן ווערן אויף אן אינטעליגענטן אופן, און פון אן אביעקטיווע שטאנדפונקט ווי ווייט מעגליך אן זיך אריינלאזן אין נידריגער פראפאגאנדע אדער באשמוצונגען. צוליב דעם‚ ווען מיר זעען א הודעה וואס גייט ארויס פון די גדרים מוזן מיר זיך מיט דעם מטפל זיין – שלא כרצונינו – צוליב דעם וואס מיר פרובירן צו האלטן דעם הויכן שטאפל פון דער דיסקוסיע.

ז) כדי דאס פלאץ זאל זיין אנגענעם פאר יעדן, איז נישט ערלויבט אראפצורייסן א צווייטן ניק. אנדערש ווי אישי הציבור וועלכע זאגן זייערע מיינונגען ברבים און וועמענ'ס פעולות אפעקטירן דעם לעבן פון טויזנטער מענטשן, געהערן ניקס צו פשוט'ע מענטשן וועלכע זענען נישט אינטערעסירט אראפגעריסן צו ווערן ברבים, און ווילן זיך שפירן פארזיכערט אז זייער שרייבן אויף א פארום וועט נישט גענוצט ווערן קעגן זיי אין דעם פארום זעלבסט.

ח) קריטיק – אויב איינער האט א פראבלעם מיט א הודעה, איז נישט ערלויבט צו שרייבן פרישע הודעות מיט מחאות אויף דעם אינהאלט. עס איז דא פאר דעם א ספעציעלן קנעפל ("!"), וואס נאכ'ן דרוקן קען מען אריינשרייבן דעם פראבלעם. די מנהלים זעען דאס, און וועלן דאס באטראכטן די שנעלסטע וואס מעגליך. מען קען אויך איבער סיי-וועלכן פראבלעם שיקן א הודעה אישית פאר איינער פון די מנהלים.

ט) קריטיק אויף דער הנהלה איז ערלויבט בלויז דורך ניקים ותיקים. א נייער ניק קען נאר קריטיקירן אין אישית צו די מנהלים. א שרייבער וועלכער האט שוין ביישטייערט כאטש 150 זאכליכע הודעות קען זיך ערלויבן צו קריטיקירן ברבים, אבער אויך, זעלבסטפארשטענליך, מיט כבוד האדם. די סיבה איז וויבאלד מיר קענען זיך נישט ערלויבן אז שרייבער וועלכע זענען דא בלויז אויף סאבאטאזש זאלן שטערן אנדערע שרייבער און לייענער. אז א נייער ניק וועט זיך אפגעבן בלויז מיט מחאות און קריטיק וועלן מיר זיין געצווינגען אים אויסצושפארן.

י) בילדער פון פרויען – בילדער פון פרויען זענען געווענליך נישט ערלויבט. אז איר קלערט אז א געוויסע בילד איז וויכטיג ארויפגעשטעלט צו ווערן, פרעגט איבער דעם ביי איינער פון די מנהלים פאר'ן ארויפשטעלן. בארימטע היסטארישע בילדער (ווי דער סיטואציע צימער אינעם ווייסן הויז ביי דער אבלאווע אויף בין-לאדענ'ס הויז) קענען ארויפגעשטעלט ווערן, אזוי אויך היסטארישע אידישע בילדער פון דעם אמאל.

יא) כאראקטער פון די פארומס – די פארומס אין "קאווע שטיבל" זענען איינגעטיילט אין צוויי חלקים: "פארברענגען" און "תורה ודעת". בעת די שפראך אין די "פארברענגען" פארומס קענען מיר ערלויבן צו זיין לויזער, דארפן די הודעות אין די "תורה ודעת" פארומס געשריבן ווערן מיט אן ערנסטקייט. דאס מיינט נישט צו זאגן אז מ'טאר זיך נישט באנוצן מיט הומאר, ח"ו, נאר אז די שפראך זאל זיין איידל און מיט ווייניג 'סלענג'.

יב) צענזור מעלדונגען – עס זענען פאראן עטליכע סארט פעלער ווען עס פעלט אויס צו רעדאגירן. איין פאל איז ווען א הודעה איז בעצם גוט אבער פארמאגט א וואולגארן אויסדרוק (געוואנדן לויט דעם פארום) אדער אן אטאקע אויף א פערזענליכן מענטש. על-פי רוב וועט אזא הודעה רעדאגירט ווערן ארויסנעמנדיג דעם פראבלעמאטישן ווארט צוויי. דער שרייבער פון דער הודעה איז טיילמאל ערווארטעט אליין צו פארשטיין פארוואס די הודעה איז געווארן רעדאגירט און עס פעלט נישט אויס מיר זאלן אים מודיע זיין דערוועגן. אויב מיר שפירן אז די הגה איז נישט גענוג קלאר, וועלן מיר קלאר שרייבן די סיבה אונטער די הודעה. מיר ווילן אויך אונטערשטרייכן אז מיר פארלאזן זיך אויף די אינטעליגענטע באטייליגער אז ווען זיי באמערקען עפעס וואס האט נישט קיין פלאץ אין "קאווע שטיבל" זאלן זיי אונז לאזן וויסן דורכן דריקן דעם "!" קנעפל וואס געפונט זיך אויף יעדער הודעה, און אריינשרייבן די סיבה פארוואס ער מעלדט איין די הודעה פאר די הנהלה.

א צווייטער פאל איז א הודעה וואס יש לדון בה‚ עס ברויך שיקול הדעת. מיר זענען נישט אויסן צו זעצן א בית דין אדער דן זיין בכובד ראש, און דערפאר וועט אזא הודעה זיך טרעפן דאס פלאץ אין מיסט קאסטן. א הודעה וואס ווערט אהינגעפירט ווערט באגלייט מיט דער סיבה דערפאר אונטער דער הודעה.

א דריטער פאל איז א זאך וואס האט נישט קיין פלאץ אין א חרדי'שן פארום‚ ווי כפירה און ניבול-פה. אין אזא פאל וועט די הודעה געמעקט ווערן במוקדם האפשרי. מיר שיקן א הודעה אישית אין אזא פאל‚ אבער מיר זענען מענטשן, נישט מלאכים, און מיר וועלן פרובירן צו שיקן דעם מעסעדזש ווי פריער.

מיר ענדיגן מעין הפתיחה, מיר האפן אז "קאווע שטיבל" וועט זיך ווייטער אנטוויקלען לשם ולתפארת, און עס וועט ווייטער זיין א מקום וואו היימישע אידן געפינען זיך באקוועם צו דיסקוטירן אלע ענינים באהבה ואחוה.
admin
קאווע שטיבל מנהל
קאווע שטיבל מנהל
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 4:03 am
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך admin »

שלום עליכם טייערע חברים!
עס איז שוין דורך מער ווי א האלב יאר זינט מיר האבן דא געשריבן, און עס יעצט די צייט מוסף צו זיין עטליכע פונקטן איבער וויאזוי "קאווע שטיבל" פירט זיך, ווי אויך עטליכע שינויים. צוערשט ווילן מיר איבער'חזר'ן זאכן וועלכע זענען שוין אויסגעשמועסט געווארן ביי פארשידענע געלעגנהייטן:

יג) ניקס - ווען איר ווילט זיך בשעטומ"צ רעגיסטרירן צו קאווע שטיבל, ביטע קוקט צוערשט דורך די ליסטע פון אלע עקזיסטירנדע ניקס פאר איר קלויבט זיך אויס א ניק. אזוי אויך ביטע געדענקט אז מיר אקצעפטירן נישט קיין ניקס מיט דעגראדירנדע ווערטער, ווי "נעבעך" אדער "בהמה".
ווען א נייער ניק שרייבט זיך איין שטרענגען מיר זיך אן איבערצוקוקן צי עס איז פאראן א ניק וואס ענדלט צו דעם ניק. פארשטייט זיך אז דאס נעמט צייט און מי, אבער מיר טוען דאס פאר דעם בענעפיט פון די חברים אז עס זאל נישט זיין קיין צעמישעניש. דער פראבלעם איז אבער אז עס זענען פאראן גאר א סך רעגיסטרירטע ניקס וועלכע זענען נאך קיינמאל נישט גענוצט געווארן, און מיר קענען זיך מיט זיי נישט רעכענען ווען א נייער חבר וויל מאכן אן ענליכן ניק. דעריבער ווילן מיר דא קלאר מאכן אז ניקס וועלכע זענען נישט גענוצט געווארן צו שרייבן הודעות ביז דריי חדשים נאך דער רעגיסטראציע קענען אוועקגענומען ווערן דורך דער הנהלה.

יד) וויאזוי אן אשכול דארף געעפנט ווערן
1) דער פותח פון א נייעם אשכול מוז שרייבן עטליכע שורות און ערקלערן פון וואס ער וויל רעדן, און זאל פאקטיש רעדן דערפון. בלויז א לינק איז נישט גענוג. לכתחילה זאל דער פותח עפעס מחדש זיין, צולייגן א ידיעה וכדומה.
2) קאפירן טעקסט פון אן אנדערן וועבסייט איז נישט ערלויבט, נאר אויב 1) מ'גיט אן דעם מקור, און 2) מ'לייגט אליין עפעס צו.
3) א נייער אשכול דארף פלאצירט ווערן אין דעם ריכטיגן פארום.
4) א נייער אשכול דארף זיין קלאר געשריבן. אן אשכול וואס עס איז נישט קלאר וואס דער פותח וויל דערמיט האט שאנסן אפגעשפארט צו ווערן.
סוף דבר: עפענען אן אשכול פארלאנגט כאטש עטליכע מינוט מחשבה. טראכט וואס איר גייט שרייבן, צי פעלט טאקע אויס נאך אן אשכול, אדער קען דאס אריינגיין ערגעץ אנדערש? סתם אריינפעיסטן אן ארטיקל פון ערגעץ אנדערש אן נעמען די מי צוצולייגן עטליכע ווערטער האט נישט קיין פשט. אויב לייגט מען גארנישט צו האט מען דאך געקענט לייגן בלויז א לינק צו דעם ארטיקל אין דעם "אינטערעסאנטע לינקס" אשכול. צום ביישפיל, אן אשכול וואס קוקט אויס אזוי וועט אפגעשפארט ווערן: "ראמני האט פארלוירן די וואלן, נאכ'ן זיין פארנומען מיט זיין קאמפיין פאר זעקס יאר. וואס מיינט איר וועט ער יעצט טון?"
איינער וואס וועט אנגיין מיט כסדר עפענען אומפאסיגע אשכולות וועט פארלירן די רעכטן צו עפענען אשכולות.

טו) רעדאגירן און מעקן - מ'קען רעדאגירן א הודעה אין די פיר טעג וואס זי איז געשריבן געווארן. מ'קען אויך גענצליך פארמעקן א הודעה אין די פיר טעג, אויב עס איז נישט צוגעקומען א הודעה נאכדעם (מ'דארף נישט אריינשרייבן קיין סיבה). אפילו מ'האט די מעגליכקייט צו רעדאגירן א הודעה, זאל מען נישט רעדאגירן אויב די הודעה איז שוין שפעטער ציטירט געווארן, אדער אויב אנדערע האבן שוין רעאגירט דערויף, און מ'וועט נישט קלאר פארשטיין וואס ס'שטייט נאכדעם. אין פאל מען איז עובר אויף דעם, וועט מען צוריקשטעלן די אריגינעלע ווערסיע, מיט א מעגליכקייט צו פארלירן די רעדאגירן רעכטן.

טז) צענזור - ווי מיר האבן שוין זייער א סך מאל ארויסגעברענגט איז אונזער ציל אז מ'זאל נישט דארפן מעקן און צענזורירן די רייד פון די חשוב'ע חברים. אבער מען דארף אין אכט נעמען אז "קאווע שטיבל" איז אן ערליך אידישן ארט, און הודעות (אדער ווערטער) וועלכע זענען נישט אידישליך ווערן נישט טאלערירט. דערפאר ווערט ניבול פה און כפירה תיכף פארמעקט, און א חבר וואס וועט באקומען מער ווי פינף ווארענונגען בנוגע אזעלכע שרייבערייען וועט קענען פארלירן רשות כתיבה פאר א שטיק צייט אדער אפילו גענצליך.

יז) באריכט קנעפל - עס איז אוממעגליך צו שטיין על המשמר און באמערקן יעדע הודעה וואס טויג נישט. דער "באריכט קנעפל" איז געמאכט אז איר, טייערע חברים, זאלט דערמיט טון אייער פליכט און איינמעלדן אויף זאכן וואס זענען צריך תיקון. אויב איר זעט מ'האט געשריבן עפעס וואס טויג נישט איז עס אייער אחריות צו באריכטן. עס ווערט די אחריות פון דער הנהלה עפעס צו טון דערוועגן נאר נאכדעם וואס עס איז באריכטעט געווארן. יעדער איינציגער באריכט ווערט געזען, געפאלגט, און במקום ספק, דורכגעשמועסט צווישן די מנהלים און די אחראים. נאכאמאל, איר זענט אייניגע שותפים אין האלטן דעם מקום ריין - אז איר זעט א הודעה וואס טויג נישט און איר דרוקט נישט דעם "באריכט קנעפל", זענט איר דער וואס האט מחליט געווען אז די הודעה מעג בלייבן.

יח) אידענטיטעט פון די חברים - די טייערע מנהלים און אחראים זענען אייביג גרייט ארויסצוהעלפן יעדן חבר מיט וואס עס איז שייך, אבער יעדער וואס שרייבט דארף האבן אן אחריות אויף וואס ער שרייבט. מיר נעמען אן אז אונזערע חברים זענען ערוואקסענע מיט אן אחריות, און מען דארף זיך בארעכענען פאר'ן שרייבן צי מ'איז גרייט דאס צו שרייבן, און צי עס פארמאגט נישט צופיל דעטאלן וואס קענען ברענגען אז מ'זאל אויסגעפינען ווער איר זענט. מיר קענען נישט פארמעקן א גאנצן אשכול נאכדעם וואס א סך חברים האבן שוין רעאגירט בלויז ווייל איר האט זיך געכאפט אז איר זענט נישט געווען גענוג פארזיכטיג.

יט) שיקאנירן א צווייטן אז ער זאל אויפדעקן זיין אידענטיטעט איז שטרענג פארבאטן, דאס זעלבע איז מיט סטראשען אויפצודעקן א צווייטנ'ס אידענטיטעט. מיר בעטן אז אויב איינער ליידט פון אזא איינעם זאל מען דאס תיכף מעלדן פאר א מנהל, און דער רודף וועט גענצליך ארויסגעשפארט ווערן פון "קאווע שטיבל".

אויב איינער וועט אויפדעקן דעם אידענטיטעט אונטער א ניק, רעזערווירן מיר די רעכט צו נוצן אלעס אין אונזער דיספאזיציע צו העלפן דעם געליטענעם.

כ) אנקעטעס - כדי אנקעטעס זאלן נישט פארביליגט ווערן דארפן זיי באשטעטיגט ווערן מיט א מנהל פאר עס ווערט ארויפגעשטעלט. דעריבער, אויב איינער האט א געדאנק איבער אן אנקעטע, קען מען זיך ווענדן צו א מנהל, און מ'וועט שטיין צו הילף עס ארויפצושטעלן.

כא) גראמאטיק - מען קען נישט פארלאנגען אז יעדער זאל זיך האלטן צו אלע כללים פון גראמאטיק, אבער מ'דארף זיך אנשטרענגען צו שרייבן גענוג קלאר אז עס זאל זיין געשמאק צו לייענען.

כב) תורה ודעת - די פארומס פון תורה ודעת זענען אויף א העכערער מדריגה ווי די אנדערע פארומס, און סתם וויצן און לייכטזיניגקייט ווערן נישט דארטן ערלויבט. כדי צו העלפן דעם עולם געדענקען אז מ'געפינט זיך אין "תורה ודעת" וועלן מיר אין די קומענדיגע טעג טוישן צו דעם קאליר וואס די חברים האבן אויסגעוועלט. דער קאליר איז נישט ענדגילטיג, און מיר וועלן עס מעגליך טוישן אין דער צוקונפט.

כג) שינויים אין איינטריט-פרינציפן צו פריוואטן פארום "מאחורי הפרגוד"
[פאר אפדעיטעד אינפארמאציע וועגן מאחורי הפרגוד זעה דא]

דער פריוואטער פארום איז ב"ה א געוואלדיגער סוקסעס, און פילע חברים זענען שוין געהאלפן געווארן מיט עצות טובות ומועילות.

1) אנגעפאנגען פון היינט קען מען באקומען איינטריט צו דעם פריוואטן פארום נאר נאכ'ן שרייבן 50 זאכליכע הודעות. דאס איז טאקע ווייניגער ווי די 75 הודעות וואס מען האט געדארפט שרייבן ביז יעצט, אבער פון היינט און ווייטער וועלן מיר באטראכטן א הודעה ווי "זאכליך" בלויז אויב זי איז געשריבן געווארן קלאר און צו דער זאך, אן גראבע גרייזן וואס פארשווערן דאס לייענען, און פארמאגט א מינימום פון 100 ווערטער (אויף זיך אויס'משל'ען אין קאפ: דער דאזיגער פאראגראף האט פונקט 100 ווערטער).

עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז מיר גייען נישט ציילן יעדעס ווארט פון יעדע הודעה, נאר מיר שטעלן אוועק די ציפערן ווייל מיר האלטן אז איינער וואס האט שוין צוגעשטעלט ארום 50 פון אזעלכע "זאכליכע" הודעות קען פאררעכטן ווערן ווי אחד מן החבורה אויף א פארנעם אז מיר זאלן קענען אפשאצן צי ער איז גענוג אחריות'דיג צו קענען שרייבן איבער הייקעלע טעמעס. די פופציג זאכליכע הודעות דארפן זיין אין אן אקטיוון צייט-אפשניט, נישט אויסגעצויגן איבער לאנגע חדשים און יארן.

2) די פיר זאכליכע הודעות אין דעם פריוואטן פארום וועלכע פלעגן מוזן געשריבן ווערן אין לויף פון יעדן צייט-אפשניט פון צוויי וואכן כדי אנצוהאלטן צוטריט ווערט אויסגעברייטערט צו ערלויבן א צייט-אפשניט פון דריי וואכן, אבער די הודעות מוזן אויך נאכפאלגן די פריערדערמאנטע פרינציפן פון "זאכליכע" הודעות. כדי אנצוהאלטן צוטריט מוז מען אויך רעגלמעסיג שרייבן אין די אפענע פארומס.

3) נאכדעם וואס איר ווערט באשטעטיגט אריינצוקומען צו דעם פריוואטן פארום (דורך @גבאי) קענט איר אויסוועלן צי איר ווילט דארטן שרייבן מיט אייער געווענליכן ניק אדער איר ווילט א ספעציעלן ניק פאר דעם. אויב איר ווילט א באזונדערן ניק, וועט דער באזונדערער ניק האבן צוטריט נאר צו דעם פריוואטן פארום, און דער געווענליכער ניק וועט האבן צוטריט נאר צו די אפענע פארומס. (הוספה: זע ווייטער אות לז)

4) נאכדעם וואס א מנהל האט שוין באשטעטיגט אז א חבר האט שוין געשריבן די נויטיגע צאל הודעות, דארף נאך דער אחראי מידת הדין באשטימען צי ער קען אנגענומען ווערן. אויב איר האט סיי וועלכן פראבלעם מיט דעם פריוואטן פארום ביטע זיך מעלדן צו א מנהל.


כד) די ראלע פון אחראים - אחראים קענען פארמעקן אדער רעדאגירן סיי וואס זיי זעען וואס קומט נישט נאך די ניווא פון "קאווע שטיבל". אלע ווערסיעס פון א הודעה און פארמעקטע הודעות בלייבן אפגעהיטן אין דעם סיסטעם, און קענען צוריקגעשטעלט ווערן אין פאל עס שטעלט זיך ארויס אז עס איז בטעות אוועקגענומען געווארן שלא ביושר. אחראים און מנהלים זענען עומד על המשמר שלא על מנת לקבל פרס און קענען מאכן טעותים. אז איר באמערקט אז אן אחראי האט געמעקט אדער רעדאגירט עפעס וואס איר שפירט אז ס'האט געזאלט בלייבן, שפירט אייך באקוועם צו שרייבן אין אישית צו א מנהל איבער דעם.

די ליסטע פון מנהלים און אחראים קענט איר געפינען דא.

כה) וואס קען די הנהלה זען?
1) איי-פי אדרעסן: דער הויפט אדמיניסטראטאר קען זען איי-פי אדרעסן, אבער מנהלים און אחראים קענען נישט. מיט אן איי-פי אדרעס קען מען וויסן ווער דער אינטערנעט פראוויידער איז, און אין וועלכן לאנד (נישט שטאט) דער איי-פי אדרעס געפינט זיך. עס איז האפנטליך איבעריג ארויסצוברענגען אז דער הויפט אדמיניסטראטאר באשעפטיגט זיך נישט מיט קוקן איי-פי אדרעסן, און היטן אויף יעדנ'ס אנאנימיטעט איז אונזער גרעסטער פריאריטעט. אין פאל עס איז דא א פראבלעם מיט א חבר, רעזערווירט די הנהלה די רעכטן בודק צו זיין דורך דעם איי-פי אדרעס צי יענער פארמאגט נאך א ניק.
2) פריוואטע הודעות: קיינער קען נישט זען אייערע פריוואטע הודעות. פאר מער, זעט דא.
3) פארמעקטע הודעות: מנהלים קענען זען פארמעקטע הודעות, אבער אחראים קענען נישט.

פארשטייט זיך אז דאס אלעס איז פאר דער טובה פון אלע חברים, און מיר האפן אז מיר וועלן ווייטער בליען און וואקסן ווי ביז יעצט, און געבן א מקום פאר'ן אידיש-רעדנדן ציבור צו קענען שמועסן איינער מיט'ן צווייטן באהבה ואחוה, אויף א אידישליכן פארנעם. געדענקט אז מיר זענען אייביג גרייט צו הערן געדאנקען און פארשלאגן, און מיר באמיען זיך צו רעדן מיט יעדן וואס שרייבט צו אונז. שפירט זיך באקוועם צו שרייבן אין אישית צו סיי וועלכן מנהל אדער אחראי.
admin
קאווע שטיבל מנהל
קאווע שטיבל מנהל
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 4:03 am
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך admin »

כו) איבער פראוואצירנדע הודעות

אין דער צייט וואס יעדער איז בארעכטיגט אויסצודרוקן זיין מיינונג ווילאנג עס איז געשריבן אויף א אידישליכן אופן, קען אבער א מיינונג נישט געשריבן ווערן אויף אן אופן וואס ס'זאל פראוואצירן און אויפרייצן אנדערע. אויב איינער איז עובר אויף דעם, איז די עצה צו דרוקן דעם באריכט קנעפל, און מען קען עס נישט נוצן ווי אן אויסרייד צו רעאגירן מיט אויפרייצענדע און פראוואצירנדע אנטווארטן.

וויבאלד אונזער פלאטפארמע איז געווידמעט פאר יעדן איד וואס וויל שמועסן בדיבוק חברים אן ווערן דיקטירט און צענזורירט, ערלויבן מיר אויך קאנטראווערסיאלע דעות ווילאנג זיי זענען אידישליך אויסגעהאלטן. זייט מדייק: קאנטראווערסיאלע דעות, אבער נישט קיין קאנטראווערסיאלע סטעיטמענטס. א דעה וואס רוב פון אונזערע חברים וועלן פארשטיין די נימוקים פאר דער דעה, דארף נישט אויסגעשמועסט ווערן. צום ביישפיל, א סטעיטמענט "אסאמא בין לאדען איז פון די גרעסטע רשעים אין לעצטן יאר הונדערט" איז א סטעיטמענט וואס יעדער קען פארשטיין, און איז נישט פראוואקאטיוו. עס איז טאקע נישט קיין חיוב פאר אן ארטאדאקסישן איד צו גלייבן אז בין לאדען איז געווען א רשע, אבער מיר קענען נישט ערלויבן א סטעיטמענט "בין לאדען איז געווען גאנץ א לייטישער מענטש, פארשטייט זיך חוץ אויב איר זענט אנגעלייענט מיט אמעריקאנער פראפאגאנדע." אזא דעה, כאטש איר זענט בארעכטיגט אזוי צו האלטן, קען נישט געזאגט ווערן אין א סטעיטמענט פון איין שורה - דאס דארף ערקלערט ווערן בטוב טעם ודעת פארוואס איר האלט אזוי.

אין קורצן: א דעה קען געשריבן ווערן נאר מיט'ן חשבון אז יעדער וועט כאטש אביסל פארשטיין פארוואס דער שרייבער האלט אזוי. פאפולערע דעות קענען אננעמען פאר פשוט אז יעדער פארשטייט שוין אליין, אבער קאנטראווערסיאלע דעות קענען נישט געשריבן ווערן ווי קורצע סטעיטמענטס, נאר דארפן א הסבר.
admin
קאווע שטיבל מנהל
קאווע שטיבל מנהל
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 4:03 am
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך admin »

כז) אין ליכט פון לעצטיגע אנטוויקלונגען, און נאכ'ן איבערשמועסן מיט פילע מיטגלידער און די חברי ההנהלה, ווילן מיר קלאר מאכן די פאלגנדע נקודות:

1) "קאווע שטיבל" טאר נישט גענוצט ווערן פאר א צוועק וואס איז שלא עפ"י תורה. איינער וואס נוצט קאווע שטיבל אויף מחלל שבת זיין בפרהסיא קען נישט דא שרייבן.

2) מיר קענען זיך נישט פארהוילן פון דעם פאקט אז דער גרעניץ פון כפירה און נישט-כפירה קען אמאל זיין פארנעפלט. אין פאל וואס א שרייבער אידענטיפיצירט זיך ווי א פורק עול, רעזערווירט די הנהלה די רעכט צו גיין מיט מער חומר הדין ביים באשליסן וואס איז כפירה, ווייל דאן איז קלענער דער ספק איבער וואס זיין כוונה איז.

3) אין פאל די הנהלה וועט אננעמען אז אזא איינער האט געשריבן כפירה, וועט ער תיכף ומיד אויסגעשפארט ווערן.

4) מיר געבן יעדן א פלאטפארמע צו זאגן א מיינונג און אויפצוקלערן מיספארשטענדענישן, אבער אויב קענען די הודעות פון אזא איינעם אויסזען ווי נאכאנאנדע אטאקעס אויף פרומע אידן אדער ווי אגיטאציעס צו פארלאזן דעם אידישן דרך, וועט עס נישט טאלערירט ווערן.
admin
קאווע שטיבל מנהל
קאווע שטיבל מנהל
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 4:03 am
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך admin »

כח) פאליסי איבער טאפלטע ניקס

מיר פארשטייען אז צומאל מאכט זיך א סיבה אז איינער וויל רעגיסטרירן נאך א ניק, און מיר ווילן דאס נישט קאנטראלירן. אבער:

1) ווי מיר האבן שוין געשריבן אין דער פארגאנגנהייט, אין פאל וואס עס מאכט זיך א פראבלעם מיט א חבר, רעזערווירן מיר די רעכט נאכצוקוקן דורך דעם איי-פי אדרעס אויב ער פארמאגט נאך א ניק.

2) אז מיר מוזן צוקומען ארויסצושפארן א מעמבער, און דער מעמבער קומט צוריק מיט א נייעם ניק, רעזערווירן מיר די רעכט אויסצושפארן דעם נייעם ניק ווען אימער, אן קיין שום ווארענונגען.

3) אונזערע פרינציפן ווי אזוי צו ווארענען א מעמבער, און נישט צו נעמען שריט ביז'ן דערגרייכן מערערע ווארענונגען, איז נאר נוגע פאר איין ניק פער מעמבער. אלע אנדערע ניקס קענען ווערן באגרעניצט אדער אפגעשפארט כפי הצורך.
admin
קאווע שטיבל מנהל
קאווע שטיבל מנהל
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 4:03 am
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך admin »

כט) אידענטיטעט - א פרואוו אויפצודעקן ווער עס שטייט אונטער א ניק, אדער רעדן פון פרטים פון א ניק'ס אידענטיטעט, אפילו נאר פאר א וויץ, אפילו נאר אויף שפעקולאציע, אדער אפילו מיט'ן שפעקולירן אויף אנדערע ניקס - פארשלאפענע אדער אקטיווע - אז זיי געהערן פאר דעם זעלבן מענטש, איז שטרענג פארבאטן. איינער וואס וועט אויף דעם עובר זיין קען תיכף ומיד אויסגעשפארט ווערן.

ל) טראלס - מיר קענען נישט טאלערירן קיין "טראלס". פאלגנד איז די דעפיניציע פון א "טראל" לויט וויקיפעדיע: "א טראל איז א מענטש וואס זייעט אן מחלוקת אויף דעם אינטערנעט, דורך אנפאנגען ויכוחים אדער אויפרעגן מענטשן, דורך פאוסטן היציגע און אומרעלעוואנטע מעסעדזשעס, אדער מעסעדזשעס וואס האבן נישט קיין שייכות צום שמועס... מיט דער קלארער כוונה צו פראוואצירן לייענער פאר אן עמאציאנעלן ענטפער, אדער אנדערע אופנים פון צעשטערן נארמאלע שמועסן." א טראל האט א נאטירליכער טאלאנט צו גיין צווישן די טראפן, און נישט עובר זיין אויף קלארע פרינציפן. דערפאר, אויב א באדייטנדער צאל אקטיווע מעמבערס און חברי ההנהלה וועלן מסכים זיין אז עמיצער איז א טראל, וועלן מיר אונטערנעמען שריט.

לא) ווארענונגען - ווען עס זאמלען זיך אן א צאל ווארענונגען, זענען מיר געצווינגען צו נעמען שריט. אין אלגעמיין נוצן מיר דעם פאלגנדן פארמאט: נאך פינף ווארענונגען ווערט מען אויסגעשפארט פאר א טאג, נאך צען פאר א וואך, נאך פופצן פאר א חודש. אויב די ווארענונגען זענען אויסגעשפרייט אין א לאנגער צייט קענען מיר זיך באגיין לייכטער, און אויב אין א קורצער צייט קענען מיר זיך באגיין שטרענגער.

לב) סארקאזם
1) ווען עס קומט א נייער גאסט דארף מען אים אויפנעמען מיט כבוד. דאס מיינט אז מ'זאל נישט גלייך זיך נעמען צימבלען אדער מאכן סארקאסטישע וויצן, זיך נישט ווערטלען אז עס איז נאר א נייער ניק פון א תושב, און נישט מאכן קיין באמערקונגען וואס נאר די תושבים כאפן פון וואס מ'רעדט, אבער דער נייער גאסט שפירט פארלוירן נישט כאפנדיג וואס דא גייט פאר.
2) מיר האבן גארנישט קעגן ווערטלעך און הומאר, אבער ווען איינער עפענט אויף אן אשכול און וויל אויסשמועסן אן ערנסטע נושא רעקאמענדירן מיר אז מ'זאל נישט באלד מאכן ווערטלעך אדער סארקאסטישע באמערקונגען. איינמאל דער שמועס פארט שוין איז הומאר וועלקאם, אבער ווען עס זענען נאך נישט דא קיין ערענסטע רעאקציעס איז כדאי צו רעספעקטירן דעם פותח'ס ערנסטקייט.

לג) רעכטן פון א פותח - א פותח פון אן אשכול האט רעכט אוועקצושטעלן דעם מהלך פון זיין אשכול. למשל אז איינער וויל שרייבן אן אשכול וואו ער וויל דן זיין אויב א געוויסע שאלה איז מותר אדער אסור עפ"י הלכה, קען ער מקדים זיין אז ער פרעגט דווקא פון א חרדישן פערספעקטיוו. אין אזא פאל, אויב איינער רעדט אריין לויט אנדערע השקפות, קען עס ווערן באטראכט ווי ער האט פארדרייט דעם שמועס און עס קען פארמעקט ווערן.

לד) שיקאנירן גבאים - רודפ'ן, שיקאנירן, אדער פארדרייען דעם קאפ פון א מנהל/אחראי/גבאי קען באשטראפט ווערן מיט'ן ווערן ארויסגעשפארט פאר א שטיק צייט. פון די וויכטיגסטע פריאריטעטן פון מנהלים/גבאים/אחראים איז זיך צו הייבן העכער נגיעות און זיין אביעקטיוו. איינער וואס גיט פון זיך אוועק און איז א וואלונטיר לטובת הציבור טאר נישט אויסשטיין צו נאכאנאנדע געבעטן צו מעקן, רוקן, רעדאגירן, וכו', לויט ווי ס'שמעקט פאר דער וואס מוטשעט.
admin
קאווע שטיבל מנהל
קאווע שטיבל מנהל
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 4:03 am
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך admin »

אין די טעג ווערט צען יאר זינט קאווע שטיבל האט זיך געגרונדעט אלס א פלאטפארמע פאר ערליכע אידן זיך צו קענען פריי אויסדרוקן עפ"י דרך התורה.

אסאך יארן און אסאך תקופות זענען שוין פארריבער דא אויף אונז, און ס'איז צייט אויפצופרישן אונזערע תקנות. אלע תקנות ביז אהער זענען ווייטער גילטיג, כאטש לא הרי כל הזמנים שוים, און אמאל קען מען אויף עפעס ספעציפיש מער מקפיד זיין און אמאל ווייניגער. אבער פאלגנד זענען פרישע תקנות וועלכע מיר שפירן אז זיי זענען ענינים הצריכים חיזוק אין די יעצטיגע טעג. רוב פון די זאכן ווערן שוין דערמאנט פריער אויף אזא אדער אויף אן אנדערן אופן, אבער יעצט ווילן מיר זיי שטערקער מחזק זיין. אזוי אויך איז צייט אויסצושמועסן עטליכע נייע באדינונגען וועלכע זענען דא צוגעקומען אין די לעצטע יארן.


לה) שריפטשטעלער טיטל: יעדער חבר פון קאווע שטיבל וואס האט דא א פיינעם רעקארד, און שרייבט צו די זאך, קען בעטן צו באקומען דעם טיטל "שריפטשטעלער". דאס איז נישט פשוט א טיטל, נאר עס געט ספעציעלע פונקציעס צו קענען האבן מער קאנטראל אויף די אייגענע אשכולות. די פונקציעס זענען:

* די מעגליכקייט צו רעדאגירן אלע הודעות אין אן אייגענעם אשכול אין די ערשטע פיר טעג פון ווען די אשכול איז געעפענט געווארן.
* די מעגליכקייט צו "פּינען" אן אייגענע אשכול.
* די מעגליכקייט צו פארשפּאַרן אן אייגענע אשכול.

מיר האלטן אז עס איז נישט מער ווי יושר אז איינער לייגט אריין כוחות צו עפענען א נייע אשכול, אז ער זאל האבן א שטיקל בעלות אין די ערשטע שטיק צייט צו קענען קאנטראלירן אז מ'זאל נישט אראפפירן די אשכול פון די רעלסן.


לו) מאחורי הפרגוד: מאחורי הפרגוד איז א סערוויס אך ורק פאר אקטיווע מעמבערס פון קאווע שטיבל. צו באקומען צוטריט צו "מאחורי" דארף מען זיין אן אקטיווער און היימישער מעמבער פאר א לענגערע צייט, און האבן געשריבן לענגערע ארטיקלען אדער עטליכע הונדערט תגובות. אנצוהאלטן צוטריט דארף מען ווייטער זיין אן אקטיווער מעמבער סיי אין די אפענע פארומס און סיי אין מאחורי. (פאר מער אינפארמאציע זעה דא)


לז) אנאנים אין מאחורי הפרגוד: אין די לעצטע יארן איז צוגעלייגט געווארן אן אפציע ווען מ'שרייבט אין מאחורי הפרגוד צו קענען שרייבן גענצליך אנאנים, און מ'קען נישט זען דעם ניק פונעם כותב. צוליב די דאזיגע באדינונג ערלויבן מיר מער נישט קיין באזונדערע ניק פאר מאחורי.


לח) שבת אחים: אין די לעצטע יארן האבן מיר אהערגעשטעלט דעם "שבת אחים" פארום, וואס איז אפן נאר פאר איינגעשריבענע מעמבערס וועלכע האבן שוין געשריבן 25 תגובות. דער תועלת איז פאר די וואס ווילן שרייבן פאר א מער געצוימטן אוידיענץ, און נישט פאר דער ברייטער גאס. אזוי אויך קומען נישט די שמועסן פון שבת אחים ארויף אין גוגל רעזולטאטן.


לט) בחצרות הקודש: דער "בחצרות הקודש" פארום איז אהערגעשטעלט פאר חסידישע נייעס און פאליטיק, אויסגעשמועסט און אנאליזירט אויף אן ערוואקסענעם און אביעקטיוון אופן. אויך אין דעם פארום ערווארטן מיר אז די שרייבערס זאלן זיך האלטן צו די סטאנדארטן פון קאווע שטיבל: שרייבן קלאר, אויפריכטיג, בדרך כבוד וכו'.


מ) העמק דבר: קאווע שטיבל איז דא דורכצושמועסן דברים העומדים ברומו של עולם און עניני מחשבה אויף א תורה'דיגן וועג - אבער נאר אויב הייקעלע טעמעס ווערן געשריבן במידה ובמשורה בכובד ראש. אזוי אויך דארף מען וויסן ווי איין און ווי אויס. דער פלאץ פאר הייקעלע טעמעס איז אין "העמק דבר" אדער "תורה ומחשבה". אין אנדערע פארומס איז נישט פאסיג אריינצואווארפן קאמענטארן שלא מן הענין וואס קריכן אריין צו הייקעלע טעמעס.


מא) על דרך התורה: ווי עס איז אייביג געווען דער מנהג אין היימישע אויסגאבעס, וכדומה, זענען מיר נישט בודק די ציצית פון די וואס שרייבן אויף קאווע שטיבל. אבער קאווע שטיבל איז א פרומע וועבסייט, וואו דעות וואס גייען ארויס פון די גרעניצן פון ארטאדאקסישע אידישקייט זענען נישט אקצעפטירבאר. מיר געבן א פלאטפארמע דורכצוטון האקעלע טעמעס על דרך התורה. אויב איר אידענטיפיצירט זיך נישט ווי אן ארטאדאקסישער איד וואס זוכט אויסצוקלארן די ענינים, אדער איר שרייבט נישט פון אזא פערספעקטיוו, רעדט נישט אריין אין די סארט ענינים. אזוי אויך, אויב שרייבט מען אויף א סארקאסטישן אופן, אדער אויף א וועג וואס ס'איז ניכר אז מ'איז דא צו שטופן אן אגענדע וואס איז אנטי-פרומקייט, וועט מען עס נישט טאלערירן.


מב) מענטשליכקייט: מיר זענען אן אָנליין פלאטפארמע וואו מ'זעט זיך נישט פנים אל פנים. אבער דאס טאר נישט מיינען אז דערפאר זאל מען פארלירן פשוט'ע מענטשליכקייט און מידות טובות. שרייב ווי דו וואלטסט געשריבן אויב דו וואלטסט געזען דעם אנדערן מענטש פנים אל פנים.

מ'קען נישט אויסרעכענען יעדע זאך וויאזוי מ'דארף זיך אויפפירן, אבער מ'קען זאגן באופן כללי: זיי נישט קיין רשע! רעד צו דיין חבר איידל, אזוי ווי דו וואלטסט גערעדט ווען ער שטייט פארנט פון דיר. נוץ נישט אויס דיין אנאנימיטעט צו רעדן אן קיין מענטשליכע מאניערן.

דאס זעלבע, ווען דו רעדסט וועגן אנדערע מענטשן, יחידים, סעלעבריטיס, מנהיגים, וכו' — אפילו ווען עס איז פאראן קריטיק וואס מעג און דארף ווערן אויסגעשמועסט, טו עס מיט טאַקט, נישט ווי א פּרא אדם מיט א מיאוס'ע שפראך.


מג) איידלקייט: שרייב נישט וואולגאר. רעד מיט אן איידעלע שפראך אזוי ווי דו וואלטסט גערעדט אינעם ביהמ"ד'ס קאווע שטיבל. מיאוס'ע ווערטער און גראבע וואולגארע אויסדרוקן זענען נישט אקצעפטירבאר. דער סיסטעם צענזורירט פארשידענע ווערטער וואס זענען וואולגאר, אדער זענען נישט פאסיג אין די אפענע פארומס. אט די ווערטער והדומים להם קענען נישט געשריבן ווערן אפילו ברמז, צב"ש מיט שטערנדלעך.


מד) ליין דעם צימער: אויב די טעמע וואו דו שרייבסט יעצט איז אן ערנסטע אדער ווייטאגליכע נושא רעד ווי א מענטש מיט סימפּאַטיע, ס'איז נישט די פלאץ פאר וויצן. דאס זעלבע אויב ס'איז א תורה'דיגע נושא אדער - להבדיל - אן אקאדעמישע נושא: רעספעקטיר די אטמאספערע און קום נישט אריין מיט ליצנות, וויצן און דברים של מה בכך. באופן כללי, ליין די אטמאספערע פונעם שמועס און שרייב ווי עס פּאַסט פאר אזא סארט שמועס.

מה) אין דעם איז אויך אריינגערעכנט נישט צו פארדרייען דעם שמועס. אז דער פותח האשכול וויל רעדן וועגן א געוויסע טעמע, איז נישט די פלאץ צו קאמענטירן מיט זייטיגע זאכן וואס זענען נישט נוגע צום ענין. אז דו האסט "א גוטס" צוצולייגן, שרייב עס אינעם "שמייכל" פארום, מיט א לינק צו וואו אהין ס'איז נוגע.


מו) רומארס: קאווע שטיבל איז נישט די פלאץ צו באשמוצן קיין שום מענטש, בפרט מיט אומבאשטעטיגטע רומארס. דאס רעכנט אריין פובליק פיגורן. אנדערש איז אויב עס איז א דבר מפורסם הנראה לעין כל אדער עפעס וואס איז באריכטעט אין די מידיא. אין פאל אז איר ווילט מפרסם זיין ערשט-האנטיגע אינפארמאציע וואס איז נישט באקאנט מוזט איר דאס צוערשט איבערשמועסן מיט די הנהלה.


מז) פאלגן מנהלים: מנהלים זענען דא צו האלטן דעם פלאץ בסדר, און עס איז אן אבסאלוטער חיוב אייביג צו פאלגן א מנהל. אז דו האלטסט אז א מנהל איז נישט גערעכט, קענסטו אייביג שרייבן פריוואט און מסביר זיין דיין צד. סתם זיך אנפייפן גראבט אונטער די יסודות פון א פארום.


מח) רעדאגירן: מיר זענען זיך נישט מחייב צו רעדאגירן און פארמעקן יעדע זאך וואס קומט נישט נאך אונזערע תקנות. ווען א מנהל זעהט עפעס וואס טויג נישט וועט ער בל"נ עפעס טוהן דערוועגן, אבער אז מ'זעהט נישט אדער ער האט נישט קיין צייט וועט עס מעגליך בלייבן. ממילא זאל מען נישט האבן קיין טענות אז "דאס האט מען נישט פארמעקט, און דאס יא" וכו'. מ'טוט וויפיל מ'קען, און מ'האפט אז דער עולם וועט זיך צושטעלן.

אז מ'זעט עפעס וואס קומט נישט נאך אונזערע תקנות, זאל מען שיקן א פריוואטן מעסעדזש צו א מנהל מיט א לינק צו די תגובה וואס טויגט נישט, און א הסבר פארוואס עס טויגט נישט. אויב דארף עס באלדיגע אויפמערקזאמקייט, שיק אן אימעיל צו kaveshtiebel@gmail.com.


מט) פארדאַרב נישט די אטמאספערע: אויב דו האלטסט אז מ'דארף עפעס פאררעכטן, טוישן, אדער מתקן זיין אויף קאווע שטיבל איז די הנהלה אייביג דא צו הערן סיי ברבים און סיי ביחיד און מ'פרובירט צו אקאמאדירן יעדע בקשה. אבער אויב ביסטו באופן כללי קעגן קאווע שטיבל אדער אונזער התחייבות פאר א פלאץ וואו מ'קען זיך פריי אויסדרוקן על דרך התורה, דאן זיי'זשע מוחל און דריי זיך נישט דא צו פארדאַרבן די אטמאספערע.

דאס איז געזאגט געווארן סיי פאר די וואס האלטן אז מיר זענען צו ליבעראל און ערלויבן צופיל צו שרייבן, און סיי פאר די וואס האלטן אז מיר זענען צו קאנסערוואטיוו און זענען נישט צופרידן מיט וואס מיר ערלויבן נישט צו שרייבן - און סיי פאר די וואס זענען קעגן סיי וואספארא פון אונזערע יסודות'דיגע פרינציפן, אדער גלייכן נישט קאווע שטיבל צוליב סיי וואספארא סיבה. אז דו גלייכסט נישט דעם פלאץ, ביטע דריי זיך נישט דא.


אלה הדברים אשר יעשה אותם האדם וחי בהם.
פארשפארט