אפוועזנהייט פון זעהלישע אינספעראציע.

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

אפוועזנהייט פון זעהלישע אינספעראציע.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דער נביא אין ישעיהו זאגט: הוי כל צמא לכו למים – הוי, יעדער דאָרשטיקער זאל גיין צו וואסער. אזוי ווי די קערפער פון א מענטש איז אנגעוויזן אויף וואסער זיך צו קענען דערהאלטן ביים לעבן, אזוי אויך איז דער זעהל פון א מענטש אנגעוויזן אויף איר איינגארטיגען שפייז וואס דאס איז חכמה און וויסנשאפט. בלויז דאס דערהאלט דאס זעהל ביים לעבן. א מענטש וואס וואס זיין מוח איז לעהר פון חכמה און זיין הארץ איז נאקעט פון פארשטאנד, פארמאגט ליידער א פארלאשענעם זעהל. וואס ברייטער דער זעהל פון א מענטש איז, אלס גרעסער איז זיין דארשט פאר חכמה און פאר וויסנשאפט. ער לעכצט נאך מער חכמה און נאך מער וויסנשאפט צו באפרידיגן דאס דארשט פון זיין אויסגעדארשטע נשמה.

חכמה, פארשטאנד, וויסנשאפט איז נישט בלויז תורה. ווי מיר זעען ווי די הייליגע ראשונים כמלאכים דער רמב''ם,דער רמב''ן, און שפעטער דער רלב''ג און דער אברבנאל, און נאך, האבן נישט געקענט באפרידיגן זייער זעהלישער דארשט בלויז מיט די תורה הק' – זייער זעהל האט געלעכצט צו עפעס מער ווי בלויז חכמת התורה, זיי האבן פראקטעצירט מעדעצין, זיי האבן געגרובלט אין פילאסאפיע, זיי זענען געווען פארטאן מיט מעטאמאטיק, זיי האבן געפארשט אסטראנאמיע, זיי האבן שטודירט געאגראפיע, צו די דארשט פון זייערע זעהל איז גארנישט געווען קיין גרעניץ, וויפול זיי האבן בלויז געוויסט און געלערענט, איז דאס פאר זיי קיינמאל נישט געווען גענוג.

אין די ווירקליכקייט האבן זיך נישט בלויז גדולי ישראל זיך פארנומען מיט שטודירן וויסנשאפט אינאיינעם מיט לערנען תורה, נאר דער אלגעמיינער אידישע באפעלקערונג האבן זיך אויך פארנומען מיט שטודירן וויסנשאפט. אבער דא איז שוין געווארן א שטיקל פראבלעם. נעמליך, די יונגווארג האבן זיך אנגעהויבן אפצוגעבן הויפזעכליך מיט סעקולערע וויסנשאפט און האבן זיך ביסלעכווייז אנגעהויבן צו דערווייטערן פון די הייליגע תורה. דערפאר האבן די גדולי ישראל געלייגט א אפהאלט אויף שטודירן סעקולערע וויסנשאפט. זיי האבן דאס בלויז געטאן מיטן ציל צו פרעזעווירן די הייליגע תורה. אין רעזולטאט האט די חכמת התורה זיך טאקע צובליעט אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. ס'איז אויסגעוואקסן א רבי יעקב פאלאק, א רבי הערשל פון קראקא, א טורי זהב, א ב''ח, א רמ''א, און נאך.

פאר לאנגע יארן האבן אידן זיך טאקע אפגעהאלטן פון שטודירן אלגעמיינע וויסנשאפט. אויסגעשלאסן די משכילים און די רעפארמער, זיי האבן יא שטודירט סעקולערע וויסנשאפט אויף א ברייטן פארנעם. און ס'האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אז די ראשונים זענען געווען היפש גערעכט מיט זייער אבערוואציע. די משכילים זענען גענצליך דערווייטערט געווארן פון תורה און פון אויטענטישע אידישקייט. אידן זענען געזיצן און געלערנט בעיון, דאס האט באפרידיגט זייער זעהלישע דארשט. און זאכן זענען מער ווייניגער געפארן אויף די גלייכע רעלסן.

אין די יארן צווישן די ערשטע און צווייטע וועלט מלחמה האט אין קראקא געלעבט א פרוי מיטן נאמען שרה שענירער. פרוי שענירער איז געווען א גאטפורכטיגע פרוי גענצליך אדורכגעדרונגען מיט יראת שמים. זי איז גלייכצייטיג אויך געווען גאר א אינטעלעקטואַלע פרוי. דורכאויס די ערשטע וועלטס קריג האט זי געפליכטעט קיין וויען, וואו זי האט רעגלמעסיג אנטייל גענומען אין די גייסטרייכע לעקציעס ספעציעל דעזיגנירט פאר אידישע פרויען פון הרב משה דוד פלעש ז''ל. זי איז גאר שטארק אינספערירט געווארן פון זיינע רייכע געדאנקן איבער ערציאונג, הויפטזעכליך איבער די ערציאונג פון אידישע טעכטער. ווען זי האט זיך ענווענטועל צוגעקערט קיין קראקא, האט פרוי שענירער מיט זארג אינאכט גענומען, אז אידישע מיידליך האבן אן ערענסטער פראבלעם – זייער זעהל לעכצט נאך זייער שפייז... קיין תורה טארן זיי דאך נישט לערנען, ווארום חז''ל זענען אויסגעשפראכן אז פרויען זאלן לערנען תורה. און מיט וואס האבן די אידישע טעכטער געשפייזט זייער זעהל? מיט די רומאנטישע ווערק פון יוליוס סלאָבאַצקי... אין רעזולטאט האבן זיך די הערצער פון אידישע טעכטער ביסלעכווייז אנגעהויבן צו דערווייטערן פון אויטענטישע אידישקייט. די נאכפאלגן זענען געווען טראגישע.

פרוי שענירער האט זיך אנגעגארטלט אירע לענדן און איז אויפגעקומען א ראציאנאלע געדאנק ווי אזוי צו שטילן די זעהלישע דארשט פון אידישע טעכטער. זי האט איינגעשטעלט דאס בית יעקב שולע, וואו זי האט אנגעהויבן צו לערנען מיט אידישע טעכטער אידישע פילאסאפיע, ס'האט זיך גערופן השקפה און מוסר. זי האט אנגעהויבן צו לערנען מיט אידישע טעכטער אידישע היסטאריע, אידישע געאגראפיע, א.ד.ג. זי האט טראנפארמירט וועלטליכע וויסנשאפט און עס פאכמאניש אריינגעשטעלט אין אידישער קאָנטעקסט. אזוי האט זי אנגעהויבן צו שטילן דאס זעהלישע דארשט פון די אידישע טעכטער. איר רעוואליציאנע אקט האט געהאט אזא מאסיווער אפקלאנג, אזש אפילו די גדולי ישראל וועלכע זענען ערשט געווען אויסגעשפראכן קעגן אירע טעטיקייטן, האבן ענווענטועל זעלבסט אקצעפטירט אירע אנטשויאונגען און איר נאכגעטאן, אריינגערעכנט גדולי ישראל פונעם סאמען רעכטן לאגער.

וואס עס עגבערט איז, וואו איז דער פרוי שענירער היינט ביי די יונגלעך?

עס איז נישט קיין געהיימעניס אז היינט צו טאגס זענען א שיינע פראצענט פון אונזערע קינדער נישט אזוי געקנעטן צו פילעווען אין די לאנגע תוספות פון פרק מרובה און אין די טיפע סברות פון חזקת הבתים... זאגאר ווען מען שטעלט ווען געווען אריין די גמרא, די ראשונים, די אחרונים אין קאָנטעקסט מיט וועלטליכער וויסנשאפט וואלט ווען דאס לערנען געהאט ווען אן אנדערע באדייט, דאס לערנען וואלט ווען געווען פול זיסער און געשמאקער, און הויפטזעכליך וואלט דאס לערנען ווען געווען פול מער זעהלישע אינפעראציע...

ווען א קינד איז באהאווענט ווער רב פפא איז געווען ער קען זיין ביאגראפיע, און ער ווייסט אויף וועלכע קאנטינענט רב פפא האט געלעבט, און ער פארשטייט די דעמאלסדיגע וועלטליכע קאלטור...עס איז בעל השמועה עומד כנגדו... נישט בלויז אויף א מיסטישער פארנעם, נאר אויך אויף א ראציאנלער פארנעם, און ער לערענט א מימרא פון רב פפא וואלט דאס ווען נישט די הייליגע ווערטער פון רב פפא טיפער אריינגעדרינגן אין זיין יונג הערצעלע?

ווען א קינד איז באהאווענט אין נביא, נישט בלויז אינעם געשיכטע טייל, נאר אויך אינעם טייל וואו די נביאים שטראפן דעם פאלק און ארגומענטירן מיט ג-ט, ער פארשטייט די זיסע שפראך און אויסדרוקן פון די נביאים, און ער שטאלפערט זיך אן אין די גמרא מיט א פסוק פון תנ''ך - ער פארשטייט דעס באדייט, און ער ווייסט וואס עס שטייט פארדעם און נאכדעם, וואלט ווען דאס לערנען ווען נישט געווען מער זעהלישע אינפעראציע פאר אים?

ווען א קינד איז באהאווענט ווער דונש בן לברט איז געווען, ער קען ביילייפיג זיין ביאגראפיע, ער ווייסט א ביסל איבער זיינע מיינונגס-פארשידענהייטן מיט זיין קאלגע מנחם בן סרוק, ער פארשטייט דעם קאלטור אין וועלכע דונש האט געלעבט, וואלט דאס זינגן שבת דרור יקרא הבן אם הבת ווען נישט געהאט א טיפערערע אינספראציע אויפן זעהל פונעם קינד?

זיכער אז יא! טא פארוואס טוען מיר נישט מער אין דעם? עס לאזט זיך זאגן אז ווען מען לייגט ווען אריין אינעם לערנען מער קאָנטעקסט פון וויסנשאפט און היסטאריע, א.ד.ג. וואלטן פילייכט ווייניגער פון אונז ווען געגאנגן זיכען זעהלישע אינפעראציע אויף אנדערע ערטער...[/justify]

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר