"שמע בני" טעיפס, ע"י הרב אהרן ישראל קאהאן

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן

"שמע בני" טעיפס, ע"י הרב אהרן ישראל קאהאן

הודעהדורך מבשר ואומר » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 1:08 am

עס איז ברייט באקאנט די סעריע פון "שמע בני" טעיפס וועלכע זענען רעגלמעסיג ערשינען אין די תש"נ-יארן דורך הרב אהרן ישראל קאהאן, מלמד תשב"ר בישיבת ספינקא, בארא פארק. טויזנטער קינדער זענען געווען צוגעבונדן צו די טעיפס, און האבן מיט דורשט געהערט די געשיכטעס פון חז"ל ווי דראמאטיש געשילדערט דורך דעם מייסטער מעשה-דערציילער.

הרב קאהאן האט זיך שפעטער אריינגעלייגט אין אנדערע פראיעקטן, הויפטזעכליך דעם סידור און תהילים "תפילה בכוונה" מיט אידיש-טייטש אונטער יעדעס ווארט. ער האט אויך ארויסגעגעבן א הגדה, א ספר מיט'ן נאמען "בדרך ישראל סבא", און אן איבערזעצונג פון "חובת הלבבות" באגלייט מיט אויסצוגן פון דרשות פון הגה"צ רבי אביגדור מיללער זצ"ל.

די "שמע בני" סעריע איז יעצט אין די נייעס, וויבאלד הרב קאהאן האט אנגעפאנגען א פראיעקט איבערצוזעצן זיינע קאסעטעס פון סיפורי חז"ל אויף ענגליש. די ערשטע פיר אלבומס פון די נייע ענגלישע סעריע פון סיפורים זענען שוין דא צו באקומען.

פאלגנד איז א סעמפל


די פעיסבוק פעידזש פאר די נייע סעריע
https://www.facebook.com/pages/Its-chaz ... 3164420519
מבשר ואומר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 01, 2012 1:42 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

הודעהדורך הירשל ציג » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 1:18 am

ווער וואלט געגלייבט אז זיינע טעיפס - אפילו נאר די סעמפל - זאלען זיין אויף די אינטערנעט און יוטוב!
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 1:21 am

איי איי זיסע אמאליגע זכרונות!! טאקע קיינער האט נאך נישט באוויזען נאכצומאכן זיין קינץ. די אלע קולות וכו', קיינער איז נישט אזוי פראפעשאנעל און אינטערטעינינג. אינטערסאנט צו זעהן אויב אויף ענגליש וועט ער אויך קענען זיין אזוי אויפגעכאפט.

אבער אויף פעיסבאק און youtube?!! פאר א שטיק צייט פלעגט ער נישט לאזן פארקויפען זיינע זאכן אין סטאר'ס וואס האבן פארקויפט ליפא'ס טעיפ'ס!!
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5437 מאל

הודעהדורך עזריאל » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 2:24 am

איך וואלט אנגעטראגען פאר עפעל אז אויב זיי זיכן א סירי און יודיש זאל מען אים ניצן נאכדעם וואס לייבעל וויינשטאק איז מער נישט עוועיליבעל
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:48 am

יאפ, זיסע זכרונות.
מען קען נאך היינט ערגעץ באקומען די טעיפס/סי.די.ס?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15245
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18061 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18432 מאל

הודעהדורך ברסלבער » דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:13 am

שמעקעדיג האט געשריבן:יאפ, זיסע זכרונות.
מען קען נאך היינט ערגעץ באקומען די טעיפס/סי.די.ס?

מען האט עס איבערגעלייגט אויף סידי און עס איז דא צו באקומען אין אלע מוזיק געשעפטן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4037 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » זונטאג אוגוסט 30, 2020 9:43 am

איז דא די שמע בני טעיפס ערגעץ אנליין?
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1819
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6468 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2344 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג אוגוסט 30, 2020 10:22 am

אמאל האב איך געטון א דזשאב אין זיין הויז איך האב ניטאמאל געכאפט וועלכע הויז איך האב אריינגעוואקט אינמיטן הער איך דעי באקאנטע שטימע ...אוי איז דאס געווען זיס זיך צו דערמאנען דעם שטימע גירסא דינקותא
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1714
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 936 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 873 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 3:25 am

גראדעמעכעלע האט געשריבן:איז דא די שמע בני טעיפס ערגעץ אנליין?

https://www.kolhalashon.com/New/Ravs.as ... enus=False
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1714
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 936 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 873 מאל


גיי צוריק חינוך

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט