ענייני שלא לשמה אין חינוך

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

ענייני שלא לשמה אין חינוך

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב עס שוין דערמאנט אבער ס'פארדינט אן עקסטערן אשכול.

ס'איז ברייט אנגענומען צווישן אונז אז שלא לשמה איז א גרויסע חלק פון חינוך. מ'גיבט צוקערלעך מיט פארמעסטן, מ'גיבט כבוד און אנערקענונג, מ'זוכט צו ווייזען פאר'ן קינד\בחור וואס איז די ווערד פון זיין לערנען און מ'באנוצט זיך מיט זייטיגע חשבונות איהם אריינצוזעקלען אינ'ם בית המדרש.

ווידער ביי די גוי'ישע וועלט ווערט עס פאררעכענט פאר א גרויסע'ן גרייז. צווישען חכמי הפעדאגאגיע און טעראפיסט'ן הייסט'ס א טעות מעיקרו. דער קינד זוכט זיין פרס און ער וועט שוין נישט טוהן אומזיסט, ער לערנט זיך נישט אויס די ווערד פונ'ם לערנען, נאר פונ'ם פרס, און ס'איז נישט קיין וועג צו ערוועקען די אינערליכע כוחות פונ'ם קינד, נאר איהם צו מאניפולירען.

מ'דערציילט דערצו א משל. אן אלטער מענטש האט געהאט א גרויסע פראבלעם; ער פלעגט יעדען טאג גיין אין גאס און די קינדער האבען איהם אנגעווארפען מיט שטיינער, נאכגעשריגען און געמאכט ביטער זיין לעבן. וואס קען ער אבער טוהן? שלאגען? אנשרייען? דאס איז נישט קיין גאנג, און קלינגען זייערע עלטערן איז איהם אויך נישט געווען בא'טעמ'ט, ביז ס'איז איהם אריינגעפאלען אן עצה. די נעקסטע מאל וואס די קינדער האבען אזוי געטוהן, האט ער זיי צוגערופען און געזאגט אז פון דעמאלס און ווייטער גיבט ער א דאללאר פאר יעדען שטיין וואס מ'באווארפט איהם דערמיט. אויף מארגען האבען זיי איהם אנגעווארפען און ער האט געהאלטען ווארט, ער האט זיי באצאלט. אבער אויף איבערמארגען האט ער זיי צוזאמגערופען און געזאגט "איך קען זיך נישט ערלויבען אזויפיל געלט. פון היינט גייט די פרייז אראפ אויף פופציג צענט".
ווי זיי האבען דאס געהערט האבען זיי געשריגען, "וואס הייסט? מ'לייגט אראפ די פרייז?! אונז מאכען מיר שוין נישט!"

ווען מ'מאכט א פרייז פאר א זאך, ווערט דאס די איינציגסטע סבה דאס צו טוהן.

מ'זעט אזוי אין ישיבות אויך. איך האב געלערנט אין סאוטה פאלסבערג, א ישיבה מיט ווייניג השגחה. שפעטער אין בריסק איז געווען מערקבאר אז די זעלבע בחורים וואס פלעגען קומען באצייטענס צום דאווענען אין אמעריקא האבען געדאווענט באצייטענס אין א"י. אבער די בחורים פון קלענערע ישיבות וואס מ'האט זיי גע'רודפ'ט צו קומען צום דאווענען האבען שוין אסאך שנעלער אויפגעגעבען אין א"י, דאווענענדיג ביחידות (מ'האט געהאט א מאדנע מנהג אין א"י אז מאנטאג און דאנערשטאג נאכ'ן שיעור אין ישיבה, פלעגט א גרויסע ציבור גיין קיין זכרון משה הערן ליינען. כאילו זיי האבן זיך פלוצלונג געלערנט אז מ'דארף נישט דאווענען מיט מנין, אבער קריאה"ת דארף מען הערן). מ'האט זיי אויסגעלערנט אז מ'דאווענט פאר'ן ראש ישיבה, אבער ווען דער ראש ישיבה איז נישט דא, דאווענט מען שוין נישט.

און אזוי איז עס ביים לערנען. ווען מ'מאכט דער עיקר פון לערנען דאס הכנה פאר'ן דאווענען, צו דער רצופות סדר, ווערט לערנען פארוואנדעלט אין א פרומקייט, א תיקון א וועג צוצוקומען צו עפעס אנדערש. ווען דער דגוש איז דאס אז מ'לערנט יעצט דער רצון ה' וואס מ'דארף צו טוהן אין די אומשטענדען, וואס וויל דער אויבישטער אז מ'זאל טוהן ווען מ'טרעפט עפעס אין גאס, וואס איז די סברת התורה ווען מ'בארגט עפעס און ס'צוברעכט זיך, וויאזוי האט דער אויבישטער געמאכט א מענטש אז דאס זאל זיין זיין ווילען, אזוי איז די לערנען אויפ'ן לשמה'דיגע אופן. מ'הייבט שוין אן מיט אזא תכלית פון טוהן דער רצון ה'. ווען ס'איז נאר אז די דערהויבענע צייט דארף מען אויסנוצען צו טוהן דער רצופות מתקן צו זיין עפעס, אדער צו געבען א מתנה פאר'ן רבינ'ס אייניקעל'ס חתונה, אדער לרפואת דער רבינ'ס מאמע'ן, האט מען אוועק גענומען די אויג פונ'ם תכלית און פארדרייט אויף אן אנדערן ריכטונג.

ווער איז גערעכט? וואס זאגט דער תורה דערצו?

דער רמב"ם אין פיהמ"ש רעדט פון דעם מיט אן אריכות. און איך קלער איך האב א סברא אין דעם וואס זאל מיישב זיין דער נושא, און דער וואס דינגט זיך זאל ביטע זאגען זיינס און מ'וועט קענען ארומשמועסן.

ז"ל הרמב"ם (הקדמה לפרק חלק): שים בדעתך כי נער קטן הביאוהו אצל המלמד ללמדו תורה וזהו הטוב הגדול לו לענין מה שישיג מן השלמות, אלא שהוא למעוט שניו וחולשת שכלו אינו מבין מעלת אותו הטוב ואל מה שיגיעהו בשבילו מן השלמות, ולפיכך בהכרח יצטרך המלמד שהוא יותר שלם ממנו שיזרז אותו על הלימוד בדברים שהם אהובים אצלו לקטנות שנותיו, ויאמר לו קרא ואתן לך אגוזים או תאנים ואתן לך מעט דבש, ובזה הוא קורא ומשתדל לא לעצם הקריאה לפי שאינו יודע מעלתה אלא כדי שיתנו לו אותו המאכל, ואכילת אותן המגדים אצלו יקר בעיניו מן הקריאה וטוב הרבה בלא ספק, ולפיכך חושב הלימוד עמל ויגיעה והוא עמל בו כדי שיגיע לו באותו עמל התכלית האהוב אצלו והוא אגוז אחד או חתיכה דבש, וכשיגדיל ויחזיק שכלו ויקל בעיניו אותו הדבר שהיה אצלו נכבד מלפנים וחזר לאהוב זולתו, יזרזו אותו ויעוררו תאוותו בו מאותו הדבר החמוד לו, ויאמר לו מלמדו קרא ואקח לך מנעלין יפים או בגדים חמודים, ובזה ישתדל לקרא לא לעצם הלימוד אלא לאותו המלבוש, והבגד ההוא נכבד בעיניו מן התורה והוא אצלו תכלית קריאתו, וכאשר יהיה שלם בשכלו יותר ויתבזה בעיניו זה הדבר ג"כ ישים נפשו למה שהוא גדול מזה, ואז יאמר לו רבו למוד פרשה זו או פרק זה ואתן לך דינר אחד או ב' דינרין, ובכך הוא קורא ומשתדל ליקח אותו הממון, ואותו הממון אצלו נכבד מן הלמוד, לפי שתכלית הלמוד אצלו הוא שיקח הזהב שהבטיחוהו בו, וכשיהיה דעתו גדול ונקלה בעיניו זה השיעור וידע שזה דבר נקל יתאוה למה שהוא נכבד מזה, ויאמר לו רבו למוד כדי שתהיה ראש ודיין ויכבדוך בני אדם ויקומו מפניך כגון פלוני ופלוני, והוא קורא ומשתדל כדי להשיג מעלה זו ותהיה התכלית אצל מכבוד שיכבדו אותו בני אדם וינשאוהו וישבחו אותו.

וכל זה מגונה ואמנם יצטרך למיעוט שכל אדם שישים תכלית החכמה דבר אחר זולתי החכמה, ויאמר לאיזה דבר נלמד אלא כדי שנשיג בו זה הכבוד וזה הוללות על האמת, ועל למוד כזה אומרים חכמים שלא לשמה, כלומר שיעשה המצות וילמוד וישתדל בתורה לא לאותו הדבר בעצמו אלא בשביל דבר אחר, והזהירו החכמים על זה ואמרו (אבות פ"ד מ"ה) לא תעשה עטרה להתגדל בהם ולא קרדום לחפור בהם, והם רומזין למה שביארתי לך שאין לשום תכלית החכמה לא לקבל כבוד מבני אדם ולא להרויח ממון ולא יתעסק בתורת השם יתברך להתפרנס בה, ולא תהיה אצלו תכלית למוד החכמה אלא לדעת אותה בלבד, וכן אין תכלית האמת אלא שידע שהוא אמת והתורה אמת ותכלית ידיעתה לעשותה. ואסור לאדם השלם שיאמר כשאעשה אלה המצות שהם המדות טובות ואתרחק מן העבירות שהם המדות הרעות שצוה השם יתברך שלא לעשותה מה הוא הגמול שאקבל על זה, לפי שזה כמו מה שיאמר הנער כשאני קורא זה מה יתנו לי והם אומרים לו דבר פלוני, לפי שכשאנו רואים מיעוט שכלו שאינו מבין זה השיעור והוא מבקש לתכלית תכלית אחר אנו משיבים לו כסכלתו, כמו שנאמר ענה כסיל כאולתו, וכבר הזהירו חכמים על זה ג"כ כלומר שלא ישים האדם תכלית עבודת השם יתברך ועשיית המצוה בשביל דבר מן הדברים, והוא מה שאמר האיש השלם המשיג אמיתת העניינים (שם פ"א מ"ג) אנטיגנוס איש סוכו אמר אל תהיו כעבדים המשמשים את הרב על מנת לקבל פרס אלא היו כעבדים המשמשים את הרב על מנת שלא לקבל פרס, ואמנם ר"ל בזה שיאמין באמת לעצם האמת וזהו הענין שקוראין אותו עובד מאהבה, ואמרו ז"ל (ע"ז יט.) במצותיו חפץ מאד אמר ר' אליעזר במצותיו ולא בשכר מצותיו, וכמה היא מבוארת והיא ראיה ברורה על מה שקדם לנו מן המאמר. וגדול מזה מה שאמרו בספרי (וכענין זה בנדרים סב.) שמא תאמר הריני לומד תורה בשביל שאהיה עשיר, בשביל שאקרא רב, בשביל שאקבל שכר לעולם הבא, תלמוד לומר לאהבה את ה' אלהיך כל שאתם עושים לא תעשו אלא מאהבה עכ"ל.

דער תמצית דערפון איז, געטייטשט אויף דזשארגאן, ווען א קינד גייט אין חדר, פארשטייט ער נישט די מעלה פון לערנען, גיבט מען איהם א קלייניקייט וואס לויט זיין שכל איז עס גוט, א שטייגער פון ניס אדער האניג, און ביים קינד זענען די זאכען זיסער ווי דער תורה, און ער לערנט כדי מ'זאל עס איהם געבן. ווען ער ווערט עלטער זוכט ער עפעס בעסער'ס און שענער'ס, דער האניג איז איהם שוין נישט גענוג, בעט ער שוין שיינער שיך און קליידער, ווען ער ווערט עלטער וויל ער געלט און כבוד. די אלע זאכען זענען נישט די עכטע תכלית, מ'דארף באמת זוכען די ריכטיגע חכמה אן קיין שום אנדערע זאך, דער חכמה לשם חכמה.

וואס טוט זיך דא? זאגט אונז דער רמב"ם אז די מומחים זענען נישט גערעכט? אז דאס איז די וועג צוצוקומען צו לשמה? דער נפש החיים אין שער ג' פרק ג' רעדט אויס אז ס'איז כמעט אוממעגליך צוצוקומען צו לשמה אן א הקדמה פון שלא לשמה, און אזוי איז די אויסגעהאלטענע וועג. וואס טוט זיך דא?

איך קלער, איך ווייס נישט בוודאי אז ס'איז אמת, און די לשון פון דער רמב"ם איז נישט אזוי קלאר אין דעם, אבער אזוי קלער איך. דער חילוק איז א לומדיש'ע, א סברא'דיגע. ווען א מענטש טוט א מעשה, אבער ער טוט עס אלס א מלאכה שאין צריכה לגופה, איז דאס א שלא לשמה. ווען ער טוט אבער א דבר שאינו מתכוין איז עס נישט אויסגעהאלטען.

וואס מיינט עס? ווען א מענטש פארלעשט א לעכט, כדי צו קענען שלאפען ביי נאכט, הייסט'ס א מלאכה שאין צריכה לגופה. דער מעשה זיינער איז א די לעכט זאל זיין פארלאשען, אבער דער תכלית פון דעם איז נישט כדי צו מאכען פחם, נאר כדי צו קענען שלאפען. די מעשה איז אבער די זעלבע. ווען אבער מ'שלעפט א באנק אינ'ם פעלד, דער מעשה זיינער איז באנק שלעפען. אויפ'ן זייט ווערט אויסגעגראבען א גרוב, און דאס הייסט געאקערט דער פעלד. דאס איז א דבר שאינו מתכוין.

ווען מ'גיבט א צוקער'ל פאר'ן קינד אויף צו לערנען, דארף מען צוקוקען וואס טוט ער דערנאך. איז דער לערנען א מעשה פון לערנען, וואס ער טוט פאר'ן צוקער'ל? אדער איז עס א מעשה פון באקומען א צוקער'ל וואס פערצופאל ווערט געטוהן דורכ'ן לערנען א משנה צו א פסוק? אין מיט'ן לערנען איז עס בכלל געמאלט אז מ'זאל פארגעסען פונ'ם שלא לשמה, אדער איז עס א נאכאנאנדיגער מחשבה?

ווען מ'זעט כולל יונגעלייט וואס לויפען און יאגען זיך צו כאפען דער שמירת הסדרים, און ביים לערנען עסען זיי פון א קליין זעקעל אונטער'ן טיש, מ'זאל זיי אראפנעמען פון די רצופות געלט, ווייסטו אז די גאנצע לערנען איז נאר א היכי תימצי.

ווען מ'זעט קינדער קוקען אויפ'ן זייגער ביי אבות ובנים און ישיבת מרדכי הצדיק, צו זען צו זיי האבען שוין געלערנט דער באשטימטע שעה, ווייסטו אז די לערנען איז נאר די היכי תימצי.

ווען מ'מאכט א גאנצע טאראראם פון די פרייזעס פון גיין נאך געלט פאר די מוסד, צו פאר'ן לערנען, ווייסט מען אז די לערנען און גיין נאך געלט איז נאר א היכי תימצי.

יעדער מענטש איז אנדערש אין דער הינזיכט, מאנכע קינדער האלטען א אויג נאר אויפ'ן צוקערל, אנדערע ווייסען וויאזוי עס איינצושלינגען. יעדער ציבור איז אנדערש, יעדער כולל און ישיבה איז אנדערש, אבער מיר זעט אויס אז דאס איז דער קנה מדה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר