טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראססע"ס

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3425 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

טייטלען, טייטשען און זינגען חומש - אונזער היימישע מאדראססע"ס

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב שוין געברענגט פון הרב אהרן הערש פריעד נ"י און זיין ארטיקל'ן וועגען חינוך ווי ס'איז דא אסאך וואס צו טראכטען און קלערען און איך וויל אויסשמועס'ן איינער פון זיין נושאים, וואס לדעתי איז וויכטיג און נייטיג. איך בין נישט אינגאנצען איינשטימיג מיט זיין לעזונגען און מיינונגען אין יעדער זאך, אבער ס'איז זיכער דא וואס צו טראכטען דארט, וישמע חכם ויוסיף לקח.

אונזער סיסטעם און חינוך איז געווידמעט מקיים צו זיין דער מצוה פון ושננתם לבניך, אז מ'דארף לערנען תורה מיט קינדער עד שתהא מחודדים בפיך, אז זיי זאלען גוט קענען תורה און זיין אויף א וועג צו קענען גוט לערנען דער תורה ביז לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא. אז נאכ'ן דורכגייען דער סיסטעם זאל מען זיך באזעסען אויפ'ן בארג, אויפ'ן לייטער וואס גרייכט ביז צו די שפיץ קענשאפט פון תורה. אוודאי איז מעגליך אז נישט יעדער קינד וועט מצליח זיין אינגאנצען און אונקומען צו דער שפיץ, אבער יעדער איינער האט טועם געווען פונ'ם אילנא דחיי, און מ'האט איהם געגעבען די געלעגענהייט צו קענען דארט דערגרייכען, און פון דארט זאל ער שוין אליינס קער נעמען און זיך שלאגען מיט זיין יצה"ר. ווען מ'גיבט איהם נישט די כלים, וועט ער קיינמאל נישט קענען אנהייבען אויף די בארג, און אלס וועט איהם זיין פיל שווערער. דאס לאזען קינדען נאר קענען וואס ס'איז איהם נייטיג צו ווערען א פרומער איד, און לכתחלה אוועק שטעלען א סיסטעם פון די מינימום, איז נישט אין קלאנג מיט די תורה'ס פארלאנג פון ושננתם לבניך, און דאס טוט מאכען דער קינד הינקעדיג א גאנץ לעבען.

לימוד התורה און אסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא איז, אויפ'ן שפיץ גאפעל, אז מ'דארף לערנען די יסודות פון די גמרא'ס און די פוסקים. זייער אלע ווערטער זענען א משל צו דער נמשל וואס דאס איז די הלכה למעשה. מ'דארף ווערען גוט אויסגעקאכט אין די משל אין די יסודות פון די סוגיות, און נאר פון דעם קען מען צוקומען צו די מסקנא להלכה. ווען איינער לערנט אסאך הלכות נישט קענענדיג די יסודות דערפון, קען ער קיינמאל נישט מדמה זיין מילתא למילתא און זיין הלכה קענשאפט איז שטארק באגרעניצט, וכמו שביארתי והארכתי במקום אחר, עיי"ש ותמצא נחת. הרי"ד סולובייציק רעדט עס ארום אין זיין קונטרס 'מה דודך מדוד' א הספד אויף זיין פעטער דער בריסקער רב און מיט א גרעסערע אריכות אין זיין איש הלכה. דערנאך דארף מען אויך האבען דער טעטיגקייט צו קענען ארויסנעמען די משל פון די נמשל, צושטעלען די יסודות צו דער למעשה.

און דאס דארף אלס אנהויבען פון די טעקסט, די ווערטער וואס מ'ליינט. מ'דארף א. קענען לערנען און פארשטייען די ווערטער וואס ס'שטייט אין ספר, ב. קענען פארשטייען די יסודות וואס ליגען אונטער די ווערטער און די לאגיק וואס ס'טוט ערצייגען, ג. צושטעלען די משל צו אנדערע ערטער. און דאס איז אויף די סדר, נישט כיפערען קיין טריט און נישט זוכען צו גייען ווייטער ביז מ'האט גוט אויסגע'ארבעט דער שטאפל אין וואס מ'שטייט

יעצט ווען מ'קוקט די חילוק צווישען די אלגעמיינע לימודים וואס איז איינגעפיהרט ביי די גוים און די מאדערנע מוסדות און צומאל די מיידלעך שולע'ס און דער לימוד התורה איז עס קלאר אז דער לימודי חול איז אויף א פיהל העכערע שטאפעל.

איך האב לעצטענ'ס געבארגט א בוך פון די לייברער"י פאר מיין קינדער אויף עפעס א נושא, נישט וויכטיג וועלכער. ס'איז אויסגעשטעלט מיט כמה פרקים, און נאך יעדער פרק האט מען געדרוקט א פאר שאלות וואס דארפען ארויסברענגען די קינד'ס פארשטאנד פון וואס מ'האט געליינט. מ'פרעגט וואס מיינט דאס און וואס מיינט יענס, און דערנאך פארלאנגט מען פון איהם צו נוצען זיין קריטיקירעריש'ע דענקונג, ער זאל עס אדער פראבירען אפצוווענדען צו אויפווייזען אדער פראבירען צו טרעפען א לעזונג צו די פראבלעמ'ן וואס ס'שטייט דארט. אזוי לערנען זיי גע'אגראפי"ע און היסטוריא, סייענ"ס און סיווי"ק שטודירען (גוטע בירגערשאפט).

ביי חומש ביי אונז איז עס נישט אזוי. מ'זינגט מיט די אומשולדיגע שעף חומש מיט טייטש, טייטלען איז דער מצוות היום וכל המרבה בזינגעריי הרי זה 'א וואוילע אינגעלע', 'א קליינע צדיק'. אין לעיקוואוד איז נאך ערגער, מ'טייטשט פון איין אומבאקאנטע שפראך אויף א צווייטען, כמעט אלע חדרים טייטשען אויף אידיש, א שפראך וואס די קינדער, זייער עלטער'ן און די מלמדים קענען גאנץ ווייניג, און דער עיקר איז דער ניגון. נישט דער טייטש און זיכער נישט דער באדייט.

דער תכלית דבריו איז אז מ'האט געלאזט דער ענין פון טראכטען און פארשטייען צו די לימודי חול, און מ'לערנט חומש און משניות ווי אין א מאדראסס"א, אן קאפ און אן הארץ. זינגען העכער און שענער איז מער לערנען, און מ'גיבט די קינדער טאקע כל מיני פרסים און שטופען דערפאר.

דאס טוט פאראורזאכען נאך א פראבלעם. דער גאנצע לערנען ווערט שוין א פרומקייט, נישט קיין נאטורליכע חלק פון לעבען. ווען מ'איז יונג, האט מען נאך דער קינדישער קוק אויף אידישקייט און מ'פיהרט זיך אויף פרום. ווען מ'ווערט עלטער און מ'זוכט אן ערוואקסענער סבה צו זיין וואויל און צו לערנען און פארכט'ן גאט, האט מען עס נישט. מ'האט קיינמאל נישט מחנך געווען אז דאס איז אן ערוואקסענעם זאך צו טוהן, אז דאס איז א זאך וואס דער שכל שטימט דערמיט. אוודאי פאלען נישט אלע ארויס, אבער ס'איז פיל שווערע ווייל מ'איז אליינס אין די רייזע און די פערצען יאר וואס מ'האט געוויילט אין ישיבה האט ווייניג צוגעגעבען פאר דעם.

ער ברענגט א מעשה דערצו. ער האט געלערנט מיט א קינד פרשת ויקהל; לא תבערו אש בכל מושבותיכם ביום השבת. דער קינד האט געליינט געטטיטעלט און געטייטשט. דערנאך פרעגט ער דער קינד צו מ'מעג אנצינדען א לעכט שבת, האט דער קינד גע'ענטפערט ניין. פרעגט ער דער קינד פון וואנעט ווייסט ער, ענטפערט דער קינד אז זיין טאטע האט איהפ אזוי געלערנט. לערנט ער איבער דער פסוק און ער פרעגט איבער דער קינד, נאך פיהר מאל האט דער קינד געכאפט וואס ער וויל.
א חבר מיינער האט זיך אפגערעדט צו מיר ווען מ'האט געלערנט פרשת נח אין חדר, האט זיין קינד, וואס לדעתו איז א קלוגער קינד וואס מ'קען נישט אפנער'ן, געלערנט די ערשטע פסוק און גארנישט געפרעגט. ואלה תולדות נח נח, ווי איז דער געבורצען פון נח נח זעלבסט? פארוואס פרעגען עס נישט די קינדער.
עד כאן די פראבלעם.
-----------------------

זיין לעזונג איז מיר נישט אזוי איי איי איי. ער רירט אן מיין נקודות, אבער ער ברענגט עס נישט אינגאנצען ארויס.
ער טענה'ט אז מ'דארף לערנען 'הענד"ס אן' ,ד.ה. מ'זאל געבען די קינד צו זען מיט די אויגען און די הענט וואס ס'לערנט זיך. צום ביישפיל אין די פרשיות וואס מיר ליינען (און אין היימישע חדרים, לערנען) אין די וואכען, פון די משכן ואביזרייהו, זאל מען ממחיש זיין די לערנען מיט א בילד צו א סליי"ד שא"ו, מיט האנט קראפט'ן וואס די קינדער מאכען אליינס וכדו', אין פרשת משפטים מיט שאלות הלכה למעשה ממחיש צו זיין הלכות חובל ומזיק וכדו', אז די קינדער זאלען זען אז ס'איז למעשה.

אין דעם קלער איך אז ער איז נישט גערעכט. איך האב עס שוין געהערט אויף א חדר אין א"י אז מ'האט א שיטה קעגען די זאכען און איך פארשטיי אויך אזוי. כמבואר לעיל און אין די אנדערע אשכול וועגען לימוד התורה, דער עיקר ארבעט איז אין די משל, נישט די נמשל. ווען מ'שפרינגט צום נמשל בלייב מען מיט א גרויסע חסרון אין פארשטאנד און טיפקייט, מ'בלייבט מיט א פלאטשיגע קוק אויפ'ן זאך. נאך א פראבלעם פון זיין מהלך איז אז מ'פיהרט אריבער דער פראבלעם פונ'ם פסוק צום בילד. ער ווייסט אליינס נישט וויאזוי מ'איז אנגעקומען פונ'ם פסוק ביז צום בילד, און דער בריק דארף ער אליינס בויען.

ווען מ'וואלט געבעטען פונ'ם קינד ער זאל אליינס אויסמאלען כפי הבנתו וואס דער תורה מיינט מיט אן ארון מיט יריעות מיט'ן מנורה, און וויאזוי מ'נעמט עס ארויס פונ'ם פסוק, וואלט מען צוביסלעך אויסגעלערנט דער קינד אז ס'שטייט דא עפעס מער ווי די חיצוניות זעט אויס, ער וואלט זיך געלערנט און באהאווענט אז יעדער זאך האט א המשך און א טיפקייט, און דער טייטש איז נאר די ערשטע טריט.

דאס געבען אלס פאר'ן קינד אויפ'ן זילבענעם טאץ פון מסורת התורה פונ'ם רבי'ן צום תלמיד, נעמט אוועק די כח פונ'ם קינד זיך אויסצולערנען און אויסצורעכענן.

נאך א זאך, וואס איך האב שוין מערערער מאל דערמאנט דא אין שטיבל, אז דער קינד ווייסט קיינמאל נישט אז זיין אייגענע מחשבות זענען וויכטיג און ווערט אויסצורעכענען. ווען דער קינד ווערט צוגעוואוינט אריינצוקוקען אין זיין אייגענע געוויסען און דענקונג, פארשטייט ער ממילא אז ער איז א ווערטפולע מענטש, איינער וואס מ'דארף מיט איהם רעכענען. אזא איינער איז וויניגער גרייט צו זינדיגען באומרו אז 'וועמען גייט עס אן וואס איך טו?' ווען ער האט א ריכטיגע אויסגעהאלטענעם זעלבסטשעצונג, נישט קיין גאווה כאילו ער איז וויכטיגער ווי א צווייטע'ן, נאר א פארשטאנד אז זיין מחשבות מעשים און דעות האבען אן אייגענעם וויכט, איז ער גרייט לכל מדה טובה און צו גדלות אין תורה און אויפפיהרונג.

ועתה טול את שלך, און לאמיר עס אויסשמועס'ן. אז ס'איז דא מחנכים וואס ווייסען פון זייער לעבען עפעס אנדעריש, צו סתם געדאנקען, ביטע ברענגט' אפיהר, ומיני ומיניה יתקלסון לך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר