געדולד צו קינדער

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3589 מאל

געדולד צו קינדער

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]א.
וואס איז די שטרעבן פון אלע עלטערן? וואס איז די וואונטש פון יעדע אידישע טאטע און מאמע? וואס איז די בעסטע מתנה וואס א איד קען באקומען? דאס איז צו האבן נחת פון די קינדער! ווען די קינדער וואקסן אויף און מען זעט אז זיי וואקסן ערליכע קינדער, געזונטע קינדער, זיי זענען מצליח אין לעבן ברוחניות און בגשמיות. דאס איז די גרעסטע און בעסטע ברכה פאר די עלטערן, און דאס געבט זיי אפעטיט צום לעבן. און פארקערט, אויב זעט מען נישט קיין נחת פון די קינדער, מען הערט נאר וואסערע צרות און פראבלעמען די קינדער מאכן אן פאר זיך און פאר אנדערע, איז דאס די ערגסטע זאך פאר די עלטערן, זיי עסן זיך ליידער אויף לעבעדיגערהייט.

גוטע קינדער קען מען אבער נישט אראפרייסן פון בוים. אויף זוכה צו זיין צו געראטענע קינדער, דארף מען קודם ארבעטן פאר דעם. מען דארף שווער אקערן און זייען, מען דארף באגיסן מיט וואסער און צושטעלן ווארימע זון שטראלן, און דאן קען ארויסוואקסן א שיינער הערליכער בוים וואס געבט ארויס פיינע זאפטיגע געשמאקע פירות. עס איז טאקע נישט גרינג די ארבעט אין אנהויב, אויב אבער לייגט מען אריין די ריכטיגע הארעוואניע, מען שטרענגט זיך אן צו געבן די נויטיגע פלעגונג, דאן צאלט זיך דערנאך אויס די ארבעט מיט גרויסע פראצענטן.

אויף צו קענען געניסן פון גוטע נחת פון די קינדער, דארף מען קודם ארבעטן זייער שווער. מען דארף זיך אנגארטלען מיט פילע הויפנס פון סבלנות און געדולד און זיך אסאך אפגעבן מיט די קינדער ווי עס דארף צו זיין. אבער שפעטער, ווען די קינדער וועלן אונטערוואקסן, דאן וועט זיך אויסצאלן די ארבעט בכפל כפלים. דאן וועט מען זיך איינשפארן גאר אסאך צער און עגמת נפש פון די קינדער, מען וועט קענען זיצן רואיג און קוועלן, מען וועט עסן די זיסע פירות פון די שווערע הארעוואניע.

אויב אבער זוכט מען זיך צו שפארן ארבעט אין אנהויב. מען האט נישט געדולד צו די קינדער און מען געבט זיך נישט אפ גענוג מיט זיי, דאן האט מען שפעטער זייער שטארק חרטה דערויף. די פילע שוועריקייטן און צרות וואס מען ליידט זיך שפעטער אן, נעמען אוועק די אפעטיט פון לעבן. עס איז טאקע געווען גרינגער פון אנפאנג, אבער עס ווערט פיל פאכיג שווערער ביים סוף.

ב.
די נאטור פון קינדער איז אז זיי האבן ליב צו שפרינגען און טאנצן, צו ווילדעווען און איבערדרייען, און דאס איז זייער געזונט פאר זיי. מיט דעם וואס א קינד געבט זיך אויס זיין ענערגיע, ער שרייט און פארפירט און ווילדעוועט, דאס בויעט אויף זיין מח און ער וואקסט א געזונט קינד און ווען ער וואקסט אויף האט ער א קלארע געזונטע מח און ער קען מצליח זיין אין לעבן.

פון די אנדערע זייט זענען אבער די עלטערן א שיינע פאר יאר עלטער פון זיי, און זיי האבן נישט געדולד צו די אלע קינדערישע נארישקייטן. די עלטערן האבן שוין אנדערע דאגות אויפ'ן קאפ, זיי שלעפן שווערע זעק פון פראבלעמען אויף זייערע פלייצעס. זיי מוטשען זיך מיט פרנסה, זיי זוכן פון וואו צו נעמען געלט צו באצאלן די חובות און צו קענען אנגיין אין לעבן, זיי האבן צוטון מיט אסאך מענטשן. זיי האבן איבערגענוג דאגות און פראבלעמען.

ווען עס קומען זיך צוזאם די צוויי אנדערע סארט וועלטן - די עלטערן מיט די קינדער, דאן ווערט א גרויסער פראבלעם. די קינדער ווילן נאר דערציילן, רעדן און פרעגן איבער זייערע נארישע קינדערישע לעבן. די סארט זאכן וועלכע אינטערעסירן בכלל נישט די עלטערן, און זיי האבן גאר ווייניג געדולד זיי אויסצוהערן און זיך אפגעבן מיט זיי. און נאכדערצו ווען די קינדער רעדן נישט מיט ערוואקסנקייט, זיי רעדן נאך אויך מיט זייערע קינדערישע וועג, מיט קולות וברקים, מיט געשרייען און געוואלדעס, וואס דאס ציט ארויס דאס לעצטע ביסל נערווען און מארך פון די עלטערנ'ס מח.

ווי אזוי באהאנדלט מען אזא סיטואציע? איז דא ביי דעם צוויי וועגן ווי אזוי עלטערן קענען צוגיין צו אזא מצב - א מצב וואס שפילט זיך אפ יעדן טאג אין יעדע קינדער-געבענטשטע שטוב. איין וועג איז דא אז די קינדער וועלן מיט זייער ווילדע און קינדערישע כח ארויסנעמען די עלטערן פון די כלים, די עלטערן וועלן זיך אויפרעגן און אנהויבן צו שרייען אויף זיי, די עלטערן וועלן זיי אראפלאזן אפאר גוטע פעטש, און מיט דעם איינשטילן די קינדער. די גאנצע אנגעזאמלטע ווייטאג און דרוק וואס די עלטערן זענען דורכגעגאנגען במשך דעם גאנצן טאג וועלן זיי ארויסלאזן אויף די קעפ פון די קינדער. זיי וועלן קלאר שטעלן פאר די קינדער אז דאס איז נישט קיין וועג און דאס איז נישט קיין דרך ארץ צו פארפירן און ווילדעווען, צו פרעגן נארישע קשיות, און באמוטשען די עלטערן מיט זייער נארישע אנגעלעגנהייטן.

וואס וועט אבער זיין די רעזולטאטן פון אזא סארט אויפפירונג? וואס וועט דאס ברענגען פאר די קינדער? קודם וועט דאס בכלל נישט העלפן אז די קינדער זאלן זיך בארואיגן און זיין שטיל. דאס שרייען אויף זיי און זיי שלאגן וועט נאר מאכן אז זיי זאלן ווערן מער שלעכט און נאך מער פארפירן און איבערדרייען און אנזייען ווי מער חרבנות. און דערנאך וועלן די עלטערן זיך נאך מער אויפרעגן און נאך מער אנשרייען און דערשרעקן די קינדער אז זיי זאלן זיך נישט דערוואגן צו זיין צעווילדעוועט, ביז זיי וועלן סוף כל סוף מצליח זיין אריינצוברענגען אין די קינדער אזא פחד און שרעק אז זיי זאלן ציטערן ארויסצוזאגן א הויך ווארט, און דאן זענען די קינדער גע'הרג'ט אויף אייביג, פיזיש און גייסטיש.

ווי געזאגט זענען קינדער געמאכט געווארן נישט צו קענען איינזיצן. מיט דעם וואס מען בינדט זיי די הענט און פיס און מען לאזט זיי זיך נישט אויסגעבן, מיט דעם הרג'ט מען אוועק זייערע געפילן און זייער מח, זיי פארלירן זייער מוט און חיות, און דערנאך איז שוין זייער שווער פאר זיי מצליח צו זיין אין לעבן.

קינדער זענען רויע דיאמאנטן. אויב האט מען אסאך געדולד און סבלנות זיי אויסצושלייפן ווי עס דארף צו זיין, דאן וועט ארויסקומען פון זיי הערליכע טייערע דיאמאנטן, זיי וועלן בליטשקענען און שיינען און עס וועט זיין א נחת צו קוקן אויף זיי. אויב אבער פארלירט מען די געדולד און מען צוברעכט זיי, דאן וועלן זיי בלייבן רויע צובראכענע שטיינדלעך וואס זענען ווערט צו גארנישט.

אויב וויל מען אויפציען געזונטע ערליכע קינדער, אויב האפט מען צו זען נחת פון די קינדער, דאן קען מען נישט ערווארטן אז די קינדער זאלן זיך אויפהויבן צו די שטאפל פון די עלטערן, ווייל דערווייל זענען זיי נאך קינדער. עס דארף גיין פארקערט, די עלטערן דארפן זיך אראפלאזן צו די דרגא פון די קינדער. די עלטערן דארפן פארשטיין אז קינדער זענען קינדער, און זיי האבן זיך זייער אייגנארטיגע וועג פון רעדן און זיך אויפפירן, די עלטערן דארפן אוועקלייגן אין די זייט אלע זייערע פערזענליכע דאגות, און זיך אראפלאזן צו די קינדערישע שטאפל, זיך אריינלייגן אינעם מח פון די קינדער.

מען דארף אויסהערן זייערע ערציילונגען, יעדעס קינד וואס ער האט דערציילן לויט זיין יארגאנג. אויסהערן זייערע פראגעס מיט גרויס אינטערעס און פרובירן זיי צו ענטפערן לויט זייער שכל און פארשטאנד. די עלטערן זאלן זיך אהערשטעלן אזוי ווי זיי וואלטן געווען קינדער אינעם זעלבן עלטער, אזוי ווי זיי האבן די זעלבע אינטערעסן ווי די קינדער, און רעדן צו די קינדער מיט זייער קינדערישע שפראך. די עלטערן זאלן זיך אראפזעצן שפילן מיט די קינדער, און שפילן מיט זיי די קינדערישע שפילן, די סארט וואס די קינדער האבן ליב. ווען די קינדער זעען דאס, ווערט זייער הארץ געפאנגען צו די עלטערן, זיי האבן ליב די עלטערן, זיי שפירן אז די עלטערן זענען אויף זייער זייט, אז די עלטערן פארשטייען זיי, זיי פילן מיט מיט זייערע קינדערישע דאגות און פראבלעמען, און פרייען זיך מיט מיט זייערע קינדערישע פריידן.

ווען די קינדער באקומען די געפיל, דאן וועלן זיי שוין האבן חשק צו פאלגן די עלטערן, זיי זעען אז די עלטערן מיינען נאר זייער טובה, און זיי וועלן מיט פרייד פאלגן וואס די עלטערן וועלן זיי נאר הייסן. די גוטע רעזולטאטן וועלן זיך דערקענען סיי אויף די מינוט און סיי אויף שפעטער. סיי יעצט וועלן די קינדער פארשטיין צו פאלגן ווען מען רעדט צו זיי רואיג אויף זייער שפראך, און סיי שפעטער וועלן זיי אויפוואקסן געזונט פיזיש און גייסטיש, און נישט זיין קיין צוקלאפטע מענטשן.

דאס איז נישט קיין גרינגע אויפגאבע, בכלל נישט לייכט. צו דעם דארפן די עלטערן האבן פיל גייסטישע כוחות, זיי דארפן זיך זייער איבערשטרענגען נישט צו לאזן אז זייערע אייגענע פראבלעמען זאלן אפעקטירן די וועג ווי אזוי זיי רעדן צו די קינדער. אבער די פירות וואס וועלן ארויסקומען דערפון וועלן זיין אזוי זיס און געשמאק אז עס וועט ברייט אויסצאלן די הארעוואניע. די קלוגע עלטערן וועלן שעפן הויפנס נחת פון זייערע קינדער.

ג.
קינדער זענען די פארמעגן פון די עלטערן. געלט קומט און געלט גייט, עס בלייבט אבער נישט אייביג מיט'ן מענטש. געלט איז נישט דאס וואס מאכט צופרידן א מענטש. גוטע קינדער, נחת פון די קינדער, דאס איז וואס געבט חיות און לעבן פאר א מענטש, דאס מאכט יא צופרידן א מענטש.

ווען עס קומט צו געלט זעט מען ווי מענטשן לייגן אריין זייער גאנצע כח און ענערגיע אין די געשעפטן אז זיי זאלן מצליח זיין און מאכן אסאך געלט. מענטשן אינוועסטירן אסאך צייט, כח און געלט אין געשעפטן מיט די האפענונג אז די געשעפטן וועלן זיך גוט אויסארבעטן און מען וועט מאכן אסאך געלט דערפון.

דאס איז אבער נאר א האפענונג, נישט אלעמאל צאלט זיך אויס די אינוועסטירונגען. עס קען זיך מאכן אז די אלע געשעפטן זאלן אנזעצן, און די אלע מיה און פלאג וואס מען האט אוועקגעגעבן פאר זיי, זענען געווען פאר אומזיסט, מען האט גארנישט פארדינט דערפון.

פון דעסט וועגן זעט מען אז מענטשן ווערן נישט צובראכן פון דעם, מען לייגט זיך אריין מיט'ן גאנצן אייפער אין די געשעפטן, מען פרובירט נאכאמאל און נאכאמאל, ביז מען איז האפנטליך צום סוף מצליח.

לאמיר דאס יעצט פארגלייכן צו אינוועסטירונגען אין די קינדער. ביי קינדער ארבעט עס גאנץ אנדערש. יעדע טראפ כח, געדולד און צייט וואס מען אינוועסטירט אין קינדער, איז א הונדערט פראצענטיגער פארדינסט. יעדע מינוט וואס מען געבט אוועק אויסצוהערן א קינד, צו ענטפערן א פראגע פון א קינד, צי זאל עס זיין א וויכטיגע פראגע צי א נארישע, איז א זיכערע געווינס. דאס געבט זעלבס-זיכערקייט פאר'ן קינד, דאס געבט קלוגשאפט פאר'ן קינד, דאס געבט מוט און לעבן פאר'ן קינד. און דאס וועט אים העלפן אויפוואקסן א געזונט ליכטיג קינד, די עלטערן וועלן שעפן אסאך נחת פון דעם קינד.

נאך א מינוט פאר'ן קינד - איז נאך א שטיק לעבן פאר'ן קינד. נאך א פראגע געענטפערט מיט געדולד - איז נאך א שטיק שכל פאר'ן קינד. נאכאמאל זיך איינגעהאלטן פון אוועקשטופן און דערווייטערן דאס קינד - איז נאך א צרה אוועקגענומען פון זיין שפעטערדיגע לעבן.

און די גאר אינטערעסאנטע ערשיינונג איז נאר, אז פאר געלט-געשעפטן וועלן מענטשן אוועקגעבן גאר אסאך צייט און כח, און דאס אלעס נאר פאר א ספק אפשר וועט עס מצליח זיין, און אפילו אויב וועט עס יא מצליח זיין און מען וועט מאכן דערפון אסאך געלט, איז דאך אויך נישט זיכער אז די פארדינטע געלט וועט בלייבן ביים מענטש. דאס געלט קען ווערן גאר שנעל פארנוצט פאר זייטיגע אויסגאבן און עס וועט גארנישט בלייבן פאר'ן מענטש.

ווען עס קומט אבער צו די קינדער, וואס די אינוועסטירונגען אין זיי איז א זיכערער געווינס, און דאס וועט בלייבן מיט'ן מענטש אויף אייביג, ער וועט שטענדיג הנאה האבן פון דעם וואס זיינע קינדער זענען וואויל און ערליך, קלוג און געראטן, דאס איז גאר די זאך וואס דער מענטש שטופט אוועק און האט נישט קיין געדולד דערצו. ער דערווייטערט די קינדער פון זיך, די קינדער באקומען א פחד צו רעדן צו די עלטערן ווייל זיי ווייסן נישט וואס זיי וועלן כאפן פאר יעדע קלייניקייט וואס עס וועט זיך דאכטן פאר די עלטערן אז זיי האבן געזאגט אדער געטון נישט ריכטיג. איז דאס נישט מאדנע?

און דאס ווערט נאך מער אינטערעסאנטער ווען מען זעט ווי מענטשן זיצן און פארברענגען מיט חברים און באקאנטע, סתם צו שמועסן שטותים און נארישקייטן, בכלל נישט קיין געשעפטליכע זאכן וועלכע קענען כאטש אפשר ברענגען געלט. צו א חבר האט מען די וועלטס געדולד, אפילו ווען דער חבר קומט אן פונקט אינמיטן א וויכטיגע זאך, וועט מען זיך אפשטעלן און אויסהערן וואס ער האט צו דערציילן און פרעגן. אפילו ווען עס האנדלט זיך בכלל נישט אין קיין וויכטיגע זאכן, וועט מען געבן פאר יענעם זיין פארלאנגטע אויפמערקזאמקייט, זיך אפגעבן מיט יענעם אז יענער זאל זיך שפירן גוט און זיין צופרידן.

אין די זעלבע צייט, ווען עס קומט צו די קינדער, האט מען נישט קיין ברעקל געדולד צו זיי. סיי ווען זיי קומען אין א רואיגע צייט, און סיי ווען זיי קומען אין א פארנומענע צייט, וועט מען זיי קוים אפשר אויסהערן מיט א האלבע אויער, און פרובירן ווי שנעלער זיך אפצושאקלען און פטור ווערן פון זיי. "גיי שיין שפילן און לאז מיך אפ", "גיי שוין אריין אין בעט, איך וויל דיר נישט זען דא", "איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט און איך קען דיר נישט העלפן", "פארוואס שטערסטו מיר יעצט?! דו זעסט נישט אז איך בין פארנומען?!" און נאך אזעלכע סארט אויסדרוקן, אלעס מיט'ן ציל אז די קינדער זאל שוין ווערן פארנומען מיט עפעס אנדערש און אפלאזן די עלטערן.

די צייט בלייבט נישט שטיין, די קינדער ווערן עלטער, זיי וואקסן אויף, און פלוצלינג דערזעען זיך די עלטערן מיט קינדער וועלכע ווילן נישט קוקן אויף זייער זייט, די קינדער זענען נישט אינטערעסירט אין וואס די עלטערן האבן צו זאגן, זיי הויבן אן צו טון נארישקייטן און שעדליכע זאכן וואס באזארגן זייער שטארק די עלטערן, די עלטערן האבן אבער שוין נישט קיין שום איינפלוס אויף די קינדער זיי צו לערנען און צו פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג.

די עלטערן ווערן צובראכן, זיי האקן קאפ אין וואנט און קלאפן זיך 'על חטא', אבער מער פון דעם קענען זיי גארנישט טון. זיי קענען נאר שטיין און צוקוקן מיט הארץ ווייטאג ווי אזוי די קינדער גייען נעבעך צוגרונד. זיי וואונדערן זיך וואס ס'איז געשען מיט די קינדער, פארוואס קענען מיר נישט רעדן צו זיי.

פארוואס זאלן אבער די גרעסערע קינדער יא אויסהערן די עלטערן, ווען זיי האבן קיינמאל נישט געשפירט אז די עלטערן זענען בכלל אינטערעסירט אין זיי. זיי האבן קיינמאל נישט געהאט די געפיל אז די עלטערן זארגן זיך פאר זיי און ווילן זיי העלפן. זיי האבן נאר געזען אלעמאל אז ווען זיי האבן געוואלט רעדן און שמועסן מיט די עלטערן, האבן זיי באקומען אזא קאלטער אנטווארט אז עס איז זיי פארגאנגען דעם אפעטיט. פארוואס זאלן זיי יעצט יא קומען זיך דורכרעדן און אויסהערן די עלטערן?

דעריבער דארפן קלוגע עלטערן זיך איינקויפן גרויסע קוואנטומס פון אייזערנע געדולד, און נישט ווארטן ביז די קינדער ווערן גרויס, נאר ווען זיי זענען נאך גאר קליין זאל מען האבן די נויטיגע סבלנות זיי אויסצוהערן, זיך צו אינטערעסירן אין זייער לעבן, זיי מאכן שפירן אז זיי זענען זייער וויכטיג און וואס זיי האבן צו זאגן איז זייער אינטערעסאנט, און ענטפערן אויף אלע זייערע פראגעס, אפילו ווען עס האנדלט זיך פון נארישע קינדערישע פראגעס. פאר די עלטערן איז דאס טאקע נאריש און אומוויכטיג, אבער פאר די קינדער איז דאס זייער גאנצע לעבן, מיט דעם באקומען זיי די לעבנס וויכטיגע געפיל אז די עלטערן זענען דא פאר זיי, די עלטערן זענען אויף זייער זייט, און דאן וועלן זיי אויפוואקסן געזונטע געראטענע קינדער.

אין ספר המדות שטייט (אות בנים, סימן ק"ז) "הבנים שוטים כשאביהן כעסן" - קינדער וואקסן אויף שוטים, ווען זייער טאטע איז א גערעגטער מענטש. "פארוואס זענען מיינע קינדער אויפגעוואקסן אזעלכע שוטים און נארנים? פארוואס קענען זיי זיך נישט נארמאל אן עצה געבן אין לעבן" - פרעגט א דערביטערטער טאטע.

ווייסט פארוואס? ווייל ווען זיי זענען געווען קליין האסטו נישט געהאט קיין געדולד זיי אויסצוהערן און צו ענטפערן אויף זייערע נערווירנדע פראגעס.

קינדער קען מען נישט אויספארמען ווי אזוי מען וויל. קינדער געבט דער אייבערשטער. אמאל איז דא א געריבן קינד וואס איז א געשמאק צו פארברענגען מיט אים, און אמאל איז דא א קינד וואס קען גיין אויף די נערווען. אויב אבער וועלן די עלטערן זיך אנגארטלען מיט א גרויסע מאס געדולד און זיך שטארקן אויף די מידות און געבן די נויטיגע אויפמערקזאמקייט פאר יעדע איינציגע קינד, נישט קיין חילוק וואס און ווי אזוי ער איז, דאן וועט מען מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף זען ווי די קינדער וועלן אויפוואקסן געלונגענע געשמאקע קינדער, די איינציגסטע זאך וואס זיי דארפן איז נאר די אויפמערקזאמקייט פון די עלטערן.

דעריבער לאמיר זיך פארנעמען פון היינט און ווייטער צו טון די ריכטיגע אינוועסטמענט, צו אינוועסטירן אין א זאך וואס ברענגט וואונדערליכע פארדינסטן. און כאטש וואס מען האט גענוג זאכן אויפ'ן קאפ, מען האט גענוג דאגות מיט וואס זיך אפצוגעבן, זאל מען אלעס לייגן אין די זייט ווען עס קומט צו די קינדער.

ווען מען קומט אהיים זאל מען זיך ארויפציען א שמייכל אויפ'ן פנים, אויסהערן די קינדער וואס זיי האבן צו דערציילן, פארברענגען מיט די קינדער מיט געשמאק און שמחה. די קינדער זאלן זיך שפירן רואיג און פארזיכערט אין די סביבה פון די עלטערן, זיי זאלן זיך פרייען צו זיין אינאיינעם מיט די עלטערן. און נישט פארקערט אז זיי זאלן פילן אזא אומבא'טעמ'קייט אין געגנווארט פון די עלטערן. דאס איז א שווערע אינוועסטירונג, אבער עס לוינט זיך אלעס, די פארדינסטן זענען פארזיכערט.

ד.
קינדער האבן אן אינטערעסאנטע שפראך ווי אזוי זיי רעדן און דרוקן אויס זייערע געפילן. איידער מען וויל רעדן און זיך פארשטיין מיט א צווייטן, דארף מען זיך קודם אויסלערנען יענעמ'ס שפראך, אויב צוויי מענטשן רעדן צוויי אנדערע שפראכן, דאן איז זייער שווער אז זיי זאלן זיך קענען פארשטיין און זיך דורכקומען. דעריבער אויב וויל מען מצליח זיין מיט קינדער, דארף מען זיך קודם אויסלערנען זייער שפראך, און אזוי וועט מען קענען פארשטיין וואס זיי מיינען צו זאגן.

מאכט זיך אמאל אז א קינד נעמט זיך נודזשען די עלטערן, ער הויבט אן וויינען און שרייען, ער ווערט צעווילדעוועט און צערודערט, ער גייט ממש אויף די נערווען; און די עלטערן הויבן נישט אן צו וויסן וואס דאס קינד וויל, פארוואס נערווירט ער יעצט אזוי שטארק? וואס דארף דאס צו מיינען.
דא קומט אריין די 'קינדער-שפראך'. אין די 'קינדער-שפראך' מיינט דאס איין זאך: "טאטי און מאמי, איך דארף אביסל אויפמערקזאמקייט"...

יא, גארנישט מער פון דעם! דאס קינד וויל פשוט אז די עלטערן זאלן זיך וויסנדיג מאכן פון אים, זיי זאלן אים מאכן שפירן אז ער עקזיסטירט אויף דער וועלט, זיי זאלן זיך אינטערעסירן אין זיין וואוילזיין, זיי זאלן אויסהערן וואס ער האט צו פרעגן און דערציילן. דאס איז די גאנצע וואס ער וויל, ער וויל נאר באקומען דעם געפיל אז די עלטערן האלטן פון אים און ער איז אויך עפעס חשוב.

עלטערן וואס פארשטייען די שפראך, וועלן זיך דאן כאפן אז ווארשיינליך האבן זיי זיך נישט גענוג אפגעגעבן מיט דעם קינד, זיי וועלן אים אנהויבן געבן מער אויפמערקזאמקייט, און דאן וועט אלעס ווערן מסודר אויף א גוטן אופן.

וואס פאסירט אבער אויב די עלטערן קענען נישט דעם שפראך? זיי מיינען אז די קינדער ווילן פשוט גיין אויף זייערע נערווען און זיי מצער זיין, דאן וועלן די עלטערן אנשרייען די קינדער, שלאגן די קינדער, און זיי פארטרייבן פון זיך. "גיי אוועק פון דא, לאז מיך אפ, איך האב נישט קיין כח צו דיר", און נאך אזעלכע סארט קולות וועלן די עלטערן שרייען אויף די קינדער מיט'ן ציל זיי איינצושטילן און זיי אויסלערנען דרך ארץ אז מען טאר נישט אזויפיל נודזשען און באמוטשען די עלטערן.

די עלטערן כאפן אבער נישט אז זיי האבן בכלל נישט פארשטאנען וואס די קינדער האבן געמיינט ארויסצוברענגען. די עלטערן ענטפערן די פראגע פון די קינדער מיט די אומריכטיגע ענטפער.

ווי אזוי נעמען די קינדער אויף אזא סארט ענטפער? צום ערשט זעען זיי אז זיי האבן דא געטראפן א שוואכע פונקט ביי די עלטערן, זיי האבן געפונען א גרינגע וועג ווי אזוי ארויסצונעמען די עלטערן פון די כלים. זיי האבן הנאה דאס צו זען, דאס איז פאר זיי זייער אינטערעסאנט, און זיי וועלן דאס פרובירן צו טון נאכאמאל און נאכאמאל און זען ווי אזוי דאס ארבעט.

פון די אנדערע זייט באקומען זיי אבער נישט דער ריכטיגער ענטפער - אביסל אויפמערקזאמקייט. מיט דעם וואס די עלטערן שרייען אויף זיי און טרייבן זיי אוועק, באקומען זיי דעם געפיל אז זיי זענען גארנישט ווערט, און קיינער איז נישט אינטערעסירט אין זיי. זיי פארלירן אינגאנצן זייער זעלבס-זיכערקייט, און דאס איז דער ערשטער טרעפל אויפ'ן וועג אראפ, צו ווערן פראבלעמאטישע קינדער און צו זיין א טאטאלער דורכפאל אין לעבן.

עס הויבט זיך אן אינדערהיים ווען די עלטערן איגנארירן זיי און געבן זיי נישט די ריכטיגע אויפמערקזאמקייט. דאן גייט עס ווייטער אין חדר אדער שולע וואו די צעבראכענע קינדער האבן שוין נישט קיין געדולד מיטצוהאלטן די לימודים און מאכן דארט פרישע פראבלעמען. די מלמדים און לערערנס ווערן נערוועז פון זיי און רעגן זיך ווידער אויף די קינדער, מען באשטראפט די קינדער און מען שרייט זיי אן, און דאס באשטעטיגט נאכאמאל פאר די קינדער אז זיי זענען טאקע ווערט צו גארנישט, זיי ווערן נאך מער געפאלן ביי זיך.

אזוי דרייט זיך דער רעדל ווייטער און ווייטער ביז די קינדער וואקסן אויף אינגאנצן צעריסן און צעפליקט, זיי קענען זיך נישט אויסקומען מיט קיין מענטשן. עס קען אויסקלאפן אויף זיי אז זיי זאלן זיך פארשפארן אין זייער שטוב און נישט וועלן ארויסקומען צו פארברענגען און לעבן נארמאל צווישן מענטשן, אדער קענען זיי ווערן ווילדע מענטשן וואס גנב'ענען און שעדיגן אנדערע. און דאן רייסן זיך די עלטערן די האר פון קאפ, זיי עסן זיך אויף דאס געזונט און קענען נישט פארשטיין פארוואס די קינדער זענען אזוי שלעכט און נישט מסודר און קענען זיך נישט אויסקומען מיט קיינעם.

פארשטייט זיך אז די עלטערן וועלן דאס נישט קענען צוקוקן, זיי וועלן נעמען די קינדער צו דאקטורים און פסיכיאטארן מיט'ן ציל זיי אויסצוהיילן און זיי צוריק שטעלן אויפ'ן פלאץ, אבער דעמאלט איז שוין אביסעלע צו שפעט. מען דארף צוריק דרייען דעם זייגער מיט א שיינע פאר יאר ווען די קינדער זענען נאך געווען קליין, און דאן וועט מען האבן דעם קלארן ענטפער ווי אזוי און פארוואס די קינדער זענען אזוי אויפגעוואקסן.

דעם זייגער קענען מען אבער נישט צוריקדרייען. די עלטערן דארפן האבן די ריכטיגע שכל אין די ריכטיגע צייט. ווען די קינדער זענען נאך גאנץ קליין דארפן זיך די עלטערן אראפלאזן צו זיי, ענטפערן אויף אלע זייערע קינדערישע פראגעס. זיך אפגעבן מיט זיי און זיי געבן ווארימקייט און אויפמערקזאמקייט, און זיי געבן דעם געפיל אז זיי זענען זייער חשוב און טייער אין די אויגן פון די עלטערן.

די נערווען קענען טאקע פלאצן פון די קינדער, דאס איז אבער פיל בעסער ווי ווען די נערווען זאלן פלאצן שפעטער פון די צער און עגמת נפש פון די צרות וואס די קינדער קענען אנמאכן אויפוואקסנדיג אן קיין ווארימקייט און אן קיין זעלבסט-זיכערקייט.

מען דארף האבן געדולד צו די קינדער, שמועסן מיט זיי, פארברענגען מיט זיי, שפילן מיט זיי, ענטפערן אלע זייערע פראגעס און רעדן מיט זיי וואס נאר זייער הארץ באגערט, זיי דערציילן מעשיות לויט זייער עלטער און פארשטאנד. דאן וועלן די קינדער שפירן אז זיי האבן א שטארקע רוקן-ביין, די עלטערן זענען אינגאנצן אויף זייער זייט, און דאס וועט אריינברענגען אין זיי א שטארקייט און זעלבס-זיכערקייט, און זיי וועלן אויפוואקסן געזונטע געלונגענע קינדער.

ה.
דער טעלעפאן איז איינס פון די הויפט זאכן וואס האלטן פארנומען די עלטערן און נעמען זיי אוועק פון די קינדער.

שוין אפגערעדט ווען מען שפילט זיך סתם אזוי מיט'ן טעלעפאן צו פארברענגען די צייט און זיך אויסצולופטערן, נישט כאפנדיג אז אין די זעלבע צייט הרג'ט מען אינגאנצן אוועק די קינדער וואס זעען ווי די עלטערן זענען אזוי אריינגעטון אינעם טעלעפאן אז זיי באמערקן בכלל נישט אז די קינדער געפונען זיך דארט אין געגנט.

אבער אפילו ווען מען איז פארנומען מיט'ן טעלעפאן פאר נוצליכע צוועקן, טאר דאס אבער אויך נישט גיין אויפ'ן חשבון פון די קינדער. מען איז פארנומען מיט'ן טעלעפאן צו מאכן געשעפטן און פארדינען געלט, אויב איז דאס אבער אין די צייט וואס מען דארף זיך אפגעבן מיט די קינדער, דאן איז גארנישט ווערט די גאנצע געלט. עס איז נישט דא די געלט אויף דער וועלט צו באצאלן נחת פון קינדער, די גאנצע וועלט'ס געלט קומט נישט צו צו די פארדינסט פון זען ווי די קינדער זענען מצליח אין לעבן.

מען איז פארנומען אויפ'ן טעלעפאן ארויסצוהעלפן אידן, צו מחזק זיין אידן. דאס איז טאקע זייער א גרויסע און חשובע זאך, אבער ווייטער קען דאס נישט גיין אויפ'ן חשבון פון די קינדער. מען דארף מאכן דעם ריכטיגן חשבון און אויסרעכענען וואס עס לוינט זיך ענדערש.

די נאטור פון מענטשן אין אלגעמיין איז אז מען איז נישט מכיר טובה. מען קען זיך אוועקגעבן פאר א מענטש מיט'ן גאנצן הארץ, אים אויסהערן און ארויסהעלפן און אים שטעלן אויף די פיס. מען קען האבן די גרעסטע סבלנות צו יענעם און אים שטיין צו הילף אין א שווערע צייט. און צום סוף, ווען יענער קריכט שוין ארויס פון זיינע פראבלעמען, פארגעסט ער אינגאנצן פון די פילע טובות וואס ער האט באקומען, פון די פיל צייט וואס מען האט אוועקגעגעבן פאר אים, און יעצט הויבט ער גאר אן צו פירן חשבונות און ער ווערט ברוגז און אויפגערעגט אויף דעם וואס האט אים געהאלפן. ער צאלט גאר צוריק שלעכטס פאר די גוטס וואס ער האט געקריגן.

אנדערש איז אבער מיט קינדער, די אייגענע בלוט און פלייש, זיי וועלן גוט געדענקען זייער גאנץ לעבן די ווארימקייט און נאנטקייט וואס זיי האבן באקומען פון זייערע עלטערן יונגערהייט. דאס וועט זיי באגלייטן און ארויסהעלפן זייער גאנץ לעבן, און זיי וועלן דאס שטענדיג געדענקן צום גוטן.
יעצט מאכט איר אליין דעם חשבון וואס לוינט זיך ענדערש. אוועקצוגעבן צייט פאר אנדערע מענטשן, אדער ליבערשט זיך אפגעבן מיט די אייגענע קינדער.

ו.
"מיינע קינדער זענען נאך זייער קליין, זיי ווייסן בכלל נאכנישט וואס זיי ווילן. איך האב נאך גענוג צייט ביז זיי וועלן עלטער ווערן. דאן וועל איך זיך אפגעבן מיט זיי, דאן וועל איך פארברענגען מיט זיי און זיי געבן אויפמערקזאמקייט".

ניין, דאס איז אויסדרוקליך נישט גערעכט! ווען די קינדער זענען שוין גרויס איז שוין צו שפעט. דוקא ווען די קינדער זענען נאך גאר קליין איז די ריכטיגע צייט צו אינוועסטירן אין זיי. דעמאלט קען מען אויפטון גאר אסאך נאר מיט א קליין ביסל אנשטרענגונג צו האבן געדולד צו זיי. מיט אביסל פארברענגען מיט די קינדער, מיט'ן ארויסגיין מיט זיי אויף א שפאציר און רעדן מיט זיי אויף זייער שטאפל, וועט מען אזוי סאך אויפטון, פיל מער ווי מען קען אויפטון אין לאנגע טעג און וואכן ווען עס קומט צו עלטערע קינדער.

צייט לויפט זייער שנעל, עס וועט נישט נעמען צו לאנג ביז ווען די קלוגע עלטערן, וואס האבן געהאט געדולד פאר די קינדער און זיי געגעבן די ריכטיגע אויפמערקזאמקייט יונגערהייט, וועלן זען די פירות פון זייער הארעוואניע און שעפן הויפנס אידיש נחת פון זייערע קינדער.

ז.
דער אייבערשטער האט באשאפן די גאנצע וועלט, און ער האט אונז באפוילן אז מיר דארפן חתונה האבן און האבן קינדער, און די ציל פון דעם אלעם איז אריינצולייגן אין די קינדער אז די קינדער זאלן אויפוואקסן געזונטערהייט, זיי זאלן מצליח זיין אין לעבן, און זיי זאלן ווייטער קענען ברענגען א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן, און גרויס מאכן דעם אייבערשטנ'ס נאמען אויף דער וועלט. און זיי זאלן אויך שפעטער האבן קינדער, און ווייטער אריינברענגען דעם אייבערשטן אויך אין זיי.

מיר דארפן אבער געדענקען אז מיר לעבן אין א שווערע צייט, עס זענען דא היינט אזויפיל זאכן וואס קענען אראפפירן די קינדער פונעם גלייכן וועג, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, און דעריבער איז די פליכט פון די עלטערן זיך אנצושטרענגען ווי ווייט מעגליך, מען זאל דאס בכלל נישט נעמען גרינג, נאר זיך אפגעבן מיט די קינדער מיט גרויס סבלנות און זיי מחנך זיין און פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג.

טאקע דערפאר ווייל עס דא אזויפיל סיבות און שטרויכלונגען פון וואס די קינדער קענען זיך אזוי גרינג אויסגליטשן, איז גאר ספעציעל חשוב ווען די עלטערן זענען זוכה - טראץ די אלע שוועריקייטן - צו קענען אויפציען ערליכע וואוילע קינדער.

אויף יעדע זאך אויף דער וועלט דארף מען האבן אסאך געדולד און סבלנות, אבער ספעציעל גאר אסאך סבלנות דארף מען האבן צו די קינדער. מען קען נישט און מען טאר נישט ארויפלייגן צופיל דרוק אויף די קינדער, מען קען נישט צווינגען די קינדער אז זיי מוזן אויסקוקן אזוי צו אזוי, דאס העלפט זיי גארנישט, עס מאכט נאר ערגער. זיכער דארף זאגן פאר די קינדער וואס זיי האבן צו טון, מען קען נישט ערווארטן אז קינדער זאלן וויסן פון זיך אליין וואס עס איז די ריכטיגע וועג, זיי זענען דאך פארט קינדער, דאס דארף מען אבער טון אויף א ליבליכע און פריינדליכע וועג, אז זיי זאלן באמת שפירן אז די עלטערן מיינען נאר זייער גוטס. מען דארף אסאך פארברענגען מיט זיי און רעדן צו זיי פונעם אייבערשטן, די געשמאק פון זיין וואויל און ערליך, די גרויסקייט פון מצות, זיי דערציילן מעשיות פון צדיקים. און ווען די קינדער וועלן אויפוואקסן מיט אזא געשמאק אינדערהיים, וועלן זיי זיכער מצליח זיין און זיין געזונטע ערליכע אידן, צו גאט און צו לייט.

אויף צו האבן סבלנות, דארף מען האבן א שטארקע אמונה, צו גלייבן אז יעדע זאך אויף דער וועלט פירט נאר דער אייבערשטער. סבלנות מיט אמונה גייען האנט ביי האנט, זיי זענען געקניפט און געבינדען. מיט א שטארקע אמונה באקומט מען אסאך געדולד און סבלנות און מען קען אלעס איבערקומען.

ווי אזוי באקומט מען אבער די אמונה מיט סבלנות? און אפילו ווען מען האט עס שוין יא, קען מען דען זיין פארזיכערט אז די קינדער וועלן טאקע נישט אנטרעפן שלעכטע חברים וואס וועלן זיי אוועקפירן פון וועג? די עצה אויף דעם איז נאר תפלה. טאטע און מאמע טארן נישט שפארן קיין טרערן, זיי דארפן זיך יעדן טאג אויסגיסן דאס הארץ פאר'ן אייבערשטן, עס זאל נישט דורכגיין א טאג אן תפלה, אן צו בעטן דעם אייבערשטן כאטש איין תפלה אז זייערע קינדער זאלן מצליח זיין אין לעבן, אז זיי זאלן אויפוואקסן ערליכע און וואוילע קינדער פון וועמען דער אייבערשטער זאל הנאה האבן און מענטשן זאלן הנאה האבן.

די עלטערן וואס וועלן זיך שטארקן מיט די צוויי נקודות, מיט אסאך סבלנות און מיט אסאך תפלה, קענען זיין רואיג אז זיי וועלן זען פיל אידיש נחת פון זייערע קינדער, פון זייער שטוב וועט ארויסקומען נאר גוטע און וואוילע קינדער, וואס וועלן ברענגען נחת פאר יעדן איינעם.[/justify]


איבערגעזעצט אויף אידיש פונעם קונטרס סבלנות לילדים.


מזל טוב צו מיין 2000'סטע תגובה.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר