העלאו מיין זוהן, וועלקאם צו די אינטערנעט

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 683 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1881 מאל

העלאו מיין זוהן, וועלקאם צו די אינטערנעט

שליחה דורך בעל מדות »

[justify]פון מיין הארץ צו דיין הארץ; מיין באליבטער קינד, לאמיך דיר באגריסן צו די אינטערנעט בברכת ברוכים הבאים, וועלקאם צו סאושל מידיא, איך ווייס אז דו ווייסט קוים וויאזוי צו דרוקן קנעפלעך און ווערסט אינגאנצן פארצווייפלט מיט די פארשידענע שוועריגקייטן ביים אנפאנגען מיט די אנליין ערפארונג, אבער עס נעמט נישט צופיל צייט דאס צו כאפן, בלייבט מיר איבער צו האפן אז דו וועסט זיך אנטרעפן אין מיין בריוול, געווידמעט דיר צו אדרעסירן אויף דעם פרישן שטאפל אין דיין לעבן מיט דיין ערשיינונג אויף דער אינטערנעט.

קודם שרייב איך דא, ווייל איך ווייס קלאר אז זינט מען הייבט אן ליינען דא און זיך דרייען אויף די אינטערנעט, ווערן מוחות ווי פארטעמפט, מען הערט נישט וואס עס גייט פאר ארום זיך, מען פארגעסט וואס ריעל לייף מיינט און מען ווערט צוגעקלעבט צום געוועב ווי זי זאל זיין פון עפעס העכערס, איז מיטן דיר אדרעסירן האב איך שטארקערע שאנסן זאלסט דערהערן וואס איך האב דיר צו זאגן.
איז דא געפונט זיך א גרויס טייל פון דיין פאמיליע, דיין זיידע, דיין טאטע, און יעצט שפינסטו ווייטער די קייט מיטן זיך איינהאנדלען דיין נייע דעווייס.

פרעג נישט וויאזוי איך ווייס, אבער וויסן זאלסטו עס זענען דא פולע מענטשן וועלכע לאקערן אויף אנדערע, און גלייכן צו וויסן פונקטלעך וואס זיי טוען, א שטייגער ווי ביי דיר וואס א אינגערמאן האט דיר נאכשפיאנירט און געקומען מיר פאר'מסר'ן אז דו האסט זיך באקענט מיט די אינטערנעט.

אנהויב האב איך באשלאסן אז איך וועל דיר אפירנעמען, און אנשרייען, בריקענען, און שטויסן. ווארום "וואס ווייס איך וואס דו קענסט אלץ אנטרעפן אויף דעם מקום שאין סוף", נאכדערצו פאר אזא אינגע קאפ ווי דיר, עס איז דא זאכן וואס זענען נישט געאייגנט פאר דיין שעפערישע מח וואס וועט נאך דארפן פאסן פארשידענע קאמפליצירטע באשלוסן אין לעבן, און מיט גוגל האסטו די מעגליכקייט צו נעמען דאס גאנצע וואס דו האסט, און עס פארגליווערן צו א שטיק זעראו, א אומגליק און ליידיגע לופט-האלטער.

למעשה מוז איך קוקן אין געזיכט פון די פאקטן, די אינטערנעט איז שטארקער און מער ווירקזאם, איך קען אים נישט באקעמפן, און אפילו אויב וואלט איך יא פרובירט קריגן. ווי שטארק וועסטו מיר אראפקוקן אז איך מעג יא און דו טארסט נישט, וואס דאס איז דאך היפאקריטיע, א זאך וואס איז נישט ערלויבט, איך וויל זאלסט בלייבן פארטראסט אין מיר, און מיר שעצן אלס אן אויפריכטיגער מאן וואס פאסט נישט זיינע באשלוסן לויט זיינע באקוועמליכקייטן אדער אגענדעס, נאר ליבערשט לויט די טובה פון דיר מיין שטיק פלייש, מיין צוקונפט, מיין שעץ און אויסקוק, מיין נחת און פרייד, מיין זיס לעכטיג צדיק'ל.

האב איך באשלאסן אז איך וועל דיר דא אויפנעמען מיט א אפענע ארעם, מיט א שיינע שמייכל אויפן געזיכט און דערמיט בעט איך דיר, זע איין אז איך מיין דיין גוטס און נישט מיין גוטס.
איך ווייס אז אויב וועל איך קומען צו דיר מיט א ניגון וואס זינגט זיך בערך אזוי אז "איך בין שוין היבש עלטער אין לעבן און איך קען זיך שוין אליין דירעקטירן און אנווייזן, וואס יא און וואס נישט, וועט דאס זיין א ליגנט פון מיין מויל, ווארום דער אינטערנעט מאכט פון מיין שטארקער קערפער א גייסטישע שטורעם, מאכטפול ווי א ערדציטערניש מיט נאכפאלגן פון א האריקעין. דער אינטערנעט איז מיין בעל הבית פולקאם, און צעגערט נישט פאר איין מינוט מיט מיין אידענטיטעט, עלטער, פערזענליכקייט, אדער ווילן. נאר גייט זיך זיין וועג מיר האלטנדיג אין זיינע נעצן צוגענאגלט.

נאר וואס יא, ווייל איך בין שוין יא דורך גייסטישע "אפס און דאונס", וואקלדיגע צייטן, און פארשידענע סיטואציעס האב איך שוין מער ארויס די נושא ווי איינער וואס הייבט אן יעצט זיין רייזע, און דערפאר פארשטיי איך אז איך קען דיר געבן אביסל נוצבארע אנווייזונגען וויאזוי זאלסט נישט תיקף פאלן א קרבן צו די אייזערנע שלאמגעס, און גייסטישע אויסווירקונג וואס די אינטערנעט קען אויף דיר האבן.
מיין ערשטע און וויכטיגסטע כלל צו דיר וועט געוויס זיין די פאקט אז זאלסט נישט מיינען אז "דער אינטערנעט איז א פארדארבער", אויב כאפסטו וואס איך מיין, די אינטערנעט איז א איבערשפיל.

וואס הייסט אן איבערשפיל? פארשטייסט אליין אז אפילו פאר די צייטן פון די אינטערנעט זענען אלעמאל געווען איבלען און טרייסלונגען, נסיונות, און מאכעניש, עס האבן געלויערט פארשידענע געפארן העכער די יוניווערס, און עס זענען אלעמאל געווען טערמינען און מעגליכקייט צו גיין אין שלעכטע דירעקציע, טון געפאר, דורכפירן נישט עטישע אקטן, און טאטן וואס זענען פארבאטן.

יעדער וואס האט געזוכט שלעכטס, האט עס געקענט געפונען, עס איז אלעמאל געווען א וועג צו דער אומגליק.
נאר דא מיט די געוועב קומט פאר אן איבערשפיל פון אלעס וואס עס איז אויף די וועלט, עס איז א ווירטואלע איבערשקפיל ביי דיר אין קעשענע און ווי פארשטענדליך קען מען אויפטון גדולות ונצורות, גרויסע זאכן, ווי שנעלע פארבינדונגען, פארקויפן פראדוקטן און באקומען הילף אויף פארשידענע זאכן.
דא ווערט אבער פארלוירן די הייטל וואס רופט זיך בזיון, עס איז נישט דא קיין שום אפהאלט, מען טוט דא וואס די תאוה גלוסט, אדער רוח שמעקט זיך אן.

דארף איך דיר ווידערהאלן און ערווענען איבער די אוצרות פון חידושים וואס קומט דא פאר, זע אז דו זאלסט נוצן אינטערנעט נאר פאר גוטע צוועקן.
צוערשט, בעפאר דו לאזט זיך ארויס צו זוכן זאכן און אויספרובירן פארשידענע אקטיוויטעטן, געדענק אז גאט באגלייט דיר, ער שטייט מיט דיר און קוקט אויף יעדע מאנעוורע אדער צייכן פון אינטערעסע, ער קרומט און טופעט ווען דו הייבטסט אן זוכן זאכן וואס ער וויל פארניכטן פון זיין באשאף, ער טוט עס נאר נישט ווייל ער גלייבט אין אויסוואל.
דו ווייסט וואספארא אוצרות דא געפונען זיך הארט נעבן דיינע פינגערס? וואס זוכסטו? טו נישט קיין זאכן וואס וועלן דיר שאטן פיזיש אדער גייסטיש, לאז דיר נישט באפריינדן פון טראולס וואס פירן דורך זייערע אומהיימליכע אקטיוויטעטן אויף אזעלכע אומוויסנדע לייט ווי דיר, טראסט קיינעם נישט מיט דיין קרעדיט קארד, אדער נאמען, און מאך נישט קיין אנליין פריינט בעפאר דו ווייסט אז דו וואלטסט יענעם פארבארגט מיט דיין פארמעגן.
ווען די הייבסט אן נישטערן און וואנדערן, ווען דו שטעלסט אריין צו סוירטשן פאר ליניעס, זאצן, און בוכשטאבן , "גיי נישט דארט", עס איז נישט פאר דיר. געדענק דיין אפשטאם, געדענק דיין היסטאריע, געדענק דיין נאמען, דו ביסט נישט דער פאבריקירטער ניק נאמען וואס דו געבטס זיך אן, ביסט א נשמה, א חלק פון גאט'ס יקום, א פאקטאר אין זיין וועלט, א חלק פון זיין באשאף, דו לעבסט און ביסט אנגעוויזן אויף פארשידענע הילף פון אויבן, זע נישט צו פארראטן דער וואס האט געגעבן סאושל מידיא אלס מתנה, און לאז אים נישט באוויינען אויף אקטן וואס וועלן אים מאכן חרטה האבן אויף דעם וואס ער האט געגעבן חכמה פאר זיינע קליינע וועלט לעבענישן, מענטשעלעך וואס ברויכן ערפולן די פליכטן פון שיינקייט און נאבעליזם.

זיי וויסן מיין זוהן אז עס שפרודלט א וועלט פון חכמה, א קוואל פון וויסנשאפט, א געוואלד מיט קונסט, א שטויס פון ידיעות, אן א שיעור וואונדער און קונץ, צו ווערן פארגאפט. פארגליווערנדיג די אויגן ברעמען אויף ארויף, צו ווערן געכאפט אין התפעלות, גלייב מיר מיין קינד דו ווייסט נישט וואס דו קענסט זיך לערנען דא.
הייב אן מיט וועלט באשאף, דו האסט א מושג וויפיל חכמה און וואונדער עס ליגט פארבארגן און זאכן ארום, אונטער, הינטער, פארנט, און העכער דיר?
ערד און פלאנץ, וואסער און פייער, ערד און הימל, לופט און שוועב, ביימער און פרוכט, חיות און באשעפעניש. אן א שיעור לעקציע, פארש און חידוש.
עס איז אומבאגרייפבאר, נעם אפיר זאכן וואס וועלן דיר גיידן, בילדן, קלארמאכן, לערנען, אנווייזן און צוהעלפן.
גיי נישט פאר שמוץ, קוק נישט פון מענטשן וואס האבן פיינט זייער ארום, לעק נישט אפ זייער ביטערע קאמענטארן, לערן זיך נישט אפ פון די נידריגע עלעמענט. מאך נישט קיין באציאונגען מיט מענטשן וואס פארקויפן אומלעגאלע געווירצן. זיי נישט קיין יאכנע וואס עס טוט זיך ביי פריוואטע שטובער, אפילו אויב זייער ציל איז דו זאלסט עס יא זען. זינט ווען גלייבסטו אז זיי זוכן דיין טובה?

געשפרעך און קאמיוניקאציע, קולטור און שפראך, לאנד און אגריקולטור, פארמעגן און ביזנעס, רעליגיע און געוואוינהייט, טראדיציע און געזעץ, עס טוט זיך א וועלט, גאט האט אונז געגעבן אזויפיל קאליר, אזויפיל סארט, אזויפיל מין, מען ענדיגט נישט אפשאצן, לערן דיין מח וואס זי וועט דיר מכיר טוב זיין, מאך די וועלט א שענער פלאץ.

פאראינטערסיר דיר דא אין פארשידענע דאקומענטאציעס און פראגראמען וואס וועלן דיר אינספירירן, קענסט דא זען איבער די וועלט מלחמה, וועסט נישט גלייבן וואס מען האט געטון צו דיינע עלטערן, עס איז דאך אזוי טרויעריג.

טונעלן און באנען, ביכער און געשיכטע, בריקן און אוויאציע, טראכסט איין מינוט ווי אינטערסאנט און באלערנד די טעמע פון עראפלאנען קענען דיר זיין? דו ווייסט אז דאס איז געווארן ערפונדן דורך די מענטשהייט, דורך די וויסנשאפט וואס גאט האט מיטגעגעבן צו זיינע מענטשן? ווייסט וויפיל מען קען שרייבן? עס איז א וועלט! לערן, לערן, שטודיר, פול אן, רייס ארויס אינפארמאציע פון וויקיפידיע, אבער געדענק זיי נישט זינלאז, פארטיעף דיר און זאכן וואס וועלן דיר באגלייטן.
איך זיץ און לייען, בעט מיר פאר לינקס, איך וועל דיר שיקן, עס איז דא פארומס ווי מען רעדט פון מוחות, עס פליסן פערל, מדע און גאונות, צימערן פון גייסט, גאט קארגט נישט, ער ווארפט אריין לייבן, ער לאזט אראפ קאנאנען, זיינע מענטשן טוען דורך פליכטן. וואס דאס אליינס, זיין מעכטיגער ציל וועט אויך בלייבן א מיסטעריע, מיר וועלן נאך פארשטיין אפשר איין טאג, און יעצט בלייבט אונז איבער צו שטוינען און גיין פארבליפט.

כאפ א שפאציר, זוך וועגן נאטור, היסטאריע, געזעלשאפט, מנהגים, שטעט, עס זענען דא ריזיגע ביבליאטעקן פון אנטיק, בילדער ווי שיין, א גאר דערהויבענע מחזה.
איך שטוין, קום אויף מיין רייזע, איך שטייג כסדר, איך לאז נישט דער אינטערנעט אן נוצן איר גוטע זייט, מען דארף זיך באהאווענען מיט פארשידענע לעבנס-טיפס.
ווען דו גייסט אין גאס, ריעל לייף ווערט דאס גערופן, און דו שטוינסט איבער ווי פרעכטיג און שיינעדיג אלעס איז ארום דיר, דו זעסט פארשידענע גרופעס פון מענטשן, אנדערע קאלירן, ראסע, געשלעכטן, זיי מאכן דיר וואונדערן, דו זעסט טויבן און פויגל הויערן אויף די נעסטן, זיי ברענגען זייער פרישע דור. דו ווייסט וואס עס טוט זיך אלס אפ אין פארבארגענע ערטער? איך ווייס אויך קוים! ליין אביסל, עס טוט זיך וואסערן, פיש, ארכעאלאגן טרעפן מציאות, קוילן גרעבער פארשווארצן די הענט, מען גראבט מינעראלן, עס זענען דא פארשידענע מושגים, ווייטאג, רעפוטאציע, שווינדל, ערפארונג, א בריה, רייך, צו ווערן צעקוקט, פארגאפט, אומרעאליסטיש, מ'קען פארפרוירן ווערן, טעכנאלאגיע, פינאנץ, בענקעריי, אוי ווערטער טאנצן מיר אין קאפ, כ'וועל נישט פארטיגן, די קוואל איז ענדלאז, אבער גיי נישט דארט, זוך נישט אהין, פארקויף דיר נישט, וועסט נישט האבן דארט קיין סיפוק, עס איז פארבלענדעניש און גלוסט, גארנישט צו זעטיגן דיין זעל אויף דערנאך, עס איז פוסט און ליידיג.

א דאנק פאר די אינטערנעט, איך קען זיך אזויפיל לערנען, אזא שאד אבער אז זאכן זענען אוועקגעשטעלט באלאנסירט מיט שלעכטע זייטן צו יעדן ביסל גוטס, אוי ווען עס איז ווען אין מיינע מעגליכקייטן.

רייץ און פארפלעגונג, הילף און מאטריאליזם, האנדל און וואנדל, גאלד און זילבער, געפיל און קאמיוניקאציע, געדאנקען און מחלוקה, איבערלעבענישן און אנגיין, געשעפט און טעראר, פאליטיק און איינפלוס, אזויפיל נושאים, אזויפיל געגועים.
יעדע זאך מיט זיין ציל, עס איז דא פארשידנס געוואויר צו ווערן, איך האב דיר נאך אסאך צו זאגן, אבער געדענק, גיי נישט וואו דו דארפסט נישט, אשאד אנפולן די קאפ מיט עקל, נוץ אויס עפעס וואס דו האסט און וועסט האבן, נוץ די שלעכטע איבערשפיל פון אינטערנעט, א ענדלאזע זאפאס פון וויסנשאפט, א לעכטיגע גרוס פון גאט'ס חכמה און פארשטאנד, ווייז דיר אליינס אז דו ביסט פון העכערס און לאזט דיר נישט בייגן מיט די כוואליעס. נוץ די זאכן פאר גוטס, לערן און טוה גרונטעווען, פארש און פארשטיי, "חכמה איז דא פול, מען דארף זיין קלוג צו נעמען גענוג".

שטאפ דיר אן די טאשן, דיינע מח קעמערלעך זענען ליידיג, זיי מיר א שטאלץ און גיי אין מיין וועג און וועסט אנהויבן פארשטיין פון וואו טאטי ווייסט אלעס.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר