בלאט 1 פון 1

א שמועס מיט יונגע otd, קען מען עפעס אפלערנען?

נשלח: מאנטאג יוני 06, 2016 9:52 pm
דורך געוואלדיג
אויף בחדרי חרדים איז לעצטנס געווען א שמועס מיט אפאר יונגע בחורים'לעך קוקן אויס צו זיין טאפס בני טפש עשרה, נאך נישט קיין 18 יאר אבער נעבעך ארויסגעפאלענע, און די שמועס איז זייער אפן וואס האט זיי געברענגט וכדו', די מעלה איז אז עס איז נישט מיט שנאה אדער ארונטער רייסן נאר מער מיט ביטערקייט און טרויער, איך מיין אז אונז האבן וואס צו הערן פון זיי, לכה"פ אונז זאלן נישט טוהן ווי זייערע עלטערן, און אזוי אויך הלוואי ווען איינער זאל אפהאלטן דאהי אזא אינטערוויו צו הערן פון אונזערע נושרים וואס זיי טראכטן און מיינען און וואס האט זיי געברענגט.

הרי שלך לפניך