חינוך צו נערווען אין הלכה

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן

חינוך צו נערווען אין הלכה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אקטאבער 31, 2016 10:30 am

איינער פון די צייטונגען פון סוכות האט געהאט א מעשה, געווידמעט פאר פרויען, וואס איך וויל אויסרעדען.

מיין ווייב האט עס מיר געוויזען פרעגענדיג צו זי דארף חושש זיין דערפאר. א פרוי האט יעדער שבת ביי טאג נאכ'ן סעודה געוואשט די עס צייג און טעלער'ס וכדו'. זי איז א בעלעבוסטע וואס ס'איז איהר שווער געווען צו זען א גאנצע שבת נאכמיטאג איהר קאך פול מיט שמוציגע זאכען.

איהר דריטע טאכטער איז געגאנגען אין היי סקול און דארט געהערט פון דער פוסק אז 'מ'דארף גרויס יראת שמים צו קענען וואשען דישעס שבת נאכ'ן סעודה, זיכער צו זיין אז מ'טוט עס נאר לצורך שבת און נישט כדי צו האבען א לייכטערע מוצאי שבת'. די מאמע איז געווארען נערוועז. אפשר איז דאס איהר כוונה. למעשה האט זי הנאה אז מצ"ש דארף זי ווייניג וואשען, זי האט דאך דער בענעפיט דערפון. און איהר טאכטער האט איהר געגרידזשעט אויף די נערווען, און זי איז נישט געווען גענוג זיכער מיט זיך איהר צו קענען אוועק שטופען.

צום סוף איז אנגעקומען איהר מאן, וואס איז א גרויסע מדקדק בהלכה, זי קען ניטאמאל ציילען וויפיהל גלעזער ער נוצט צו מאכען א גלאז טיי אום שבת, און ער האט געזאגט קלאר און דייטליך אז זי מעג וואשען שבת נאכמיטאג. זי לאזט קיינמאל נישט קיין דישעס אין סינק, און שבת איז נישט אנדעריש.

________________________

די מעשה אליינס איז פרויעריש, אבער וואס איז די חוצפה פון דער טיטשער צו רב וואס לערנט זיי הלכות? ער לערנט זיי אויס נערווען? דאס איז אויך הלכה? אז מ'זאל האבען נערווען אויף וואס מ'טוט וואס איז די אמת'ער כוונה?

מיין פרוי האט מיר געפרעגט דערוועגן. זי פלעגט נישט וואשען שבת נאכמיטאג, אבער נאכ'ן זע'ען אז מוריטשקעס קומען זיך דרייען אין קאך ביי שמוציגע דישעס האט זי אנגעהויבען וואשען די דישעס כדי נישט צו האבען מוריטשקעס ביי זיך אין קאך אום שבת. יעצט דארף זי האבען נערווען צו זי טוט ריכטיג. איך האב איהר געפרעגט "איידער ס'איז געווען מורישטקעס האסטו געוואשען שבת?" "ניין". ט'פארוואס וואשסטו אויב אזוי? נאר לכבוד שבת, ממילא וואשט'ס געזונטעהייט!

דאס אויסמישען נערווען מיט מצוות און חומרות מיט אידישקייט איז אן עוולה, און צו קינדער איז עס א דאפעלטע עוולה. און דאס אז צייטונגען שרייעבן אזעלכע מעשה'ס כאילו ס'איז נארמאל (דער אויספיהר דארט איז אז זי האט נאר געוואשען די דישעס וואס זי דארף לכבוד שבת און נישט די אנדערע, און מ'האט זיך אן עצה געגעבען. הייסט'ס זי האט נאכגעגעבען די נערוו), און די פרוי וואס הארכט אזעלכע פסקים כאילו זי האט גובר געווען אויף איהר יצה"ר שלעפט אראפ די רמה פון די גאנצע פאלק.

דער חזו"א, ווען איינער מיט נערווען פלעגט קומען צו איהם, האט אלס געזאגט אז די עצה איז גארנישט נאכצוגעבען, נישט גורס זיין. טאמער מ'לאזט דער מענטש אויסרעדען זיין נערווען און מ'נעמט עס ערנסט, ווערט עס נאר ערגער. דאס דארף מען זאגען פאר א טאכטער וואס קומט אהיים מיט אזעלכע 'פסקים' שונים ומשונים.
The greatest enemy of knowledge is not ignorance; it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 1582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4202 מאל

גיי צוריק חינוך

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט