לערנען חומש - פרשת השבוע אדער על סדר הפרשיות

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

לערנען חומש - פרשת השבוע אדער על סדר הפרשיות

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ביי כלל ישראל איז פארהאנען צוויי מנהגים לגבי לערנען חומש מיט קינדער. מאנכע לערנען די פרשה פון די וואך, וויפיהל ס'לאזט זיך לויט די עלטער פון די קינד. אנדערע לערנען חומש על הסדר פון בראשית אין כתה א' ביז וזאת הברכה אין כתה ז' בערך. איך האב געהאט מיין קינדער אין א חדר וואס לערנט פרשת השבוע, און אריבערגעפיהרט צו א חדר וואס לערנט חומש על הסדר, דעריבער וויל איך אויסשרייבען מיין איינדרוקען פון די צוויי מהלכים.

פרשת השבוע:-

בעד – ווען מ'לערנט פרשת השבוע מיט קינדער האט מען א פאר מעלות דערפון. קודם כל, אלע קינדער לערנען די זעלבע פרשה, לויט זייער פארשטאנד. אזוי קומט דער שבת טיש לייכטער ווי מ'קען ארומשמועסען די פרשה און יעדער איינער קען הערען לויט זיין דרגא.

ווען דער קינד ווערט א בחור און מ'לערנט שוין נישט מיט איהם חומש, וועט ער האבען עפעס א שייכות צו לערנען חומש ווייל די פרשה פון די וואך איז איהם א מחייב. די וואס לערנען נישט פרשת השבוע הערען אינגאנצען אויף צו לערנען חומש ווען זיי ווערען עלטער, אחוץ די וואס האבען אן אייגענעם דרוק צו קענען חומש.

ווען מ'לערנט פרשת השבוע, לערנט מען דאך די זעלבע זאכען יאר נאך יאר, און ס'ווערט איינגעקריצט אין קאפ. ווען מ'לערנט חומש על הסדר, וועט מען קיינמאל נישט לערנען פרשת בראשית מיט די פארשטאנד פון א צוועלף יעריגע.

נגד – דער חומש האט א קרומע בליק אין די קינד'ס אויגען. גאנצענע חלקים פון חומש זענען ביי איהם פיהל פרעמדע ווי אנדערע.

דאס וואס ער לערנט יא איז קיינמאל נישט קיין דבר השלם. פלוצלונג זיצט זיך אברהם אבינו ביי זיין געצעלט אין די היץ פון די טאג אין די פלוין פון ממרא. וואס ווער ווען? פארוואס? דאס דארף מען משלים זיין אויסעווייניג.

און אויף דעם קען מען צולייגען אז דער לערנען ווערט ווייט פון זיין קאפ. ער לערנט זיך קיינמאל נישט אויס ווי אזוי ארויסצונעמען די מעשה און די הלכה פון די חומש, ווייל ער לערנט עס קיינמאל נישט אין אן אופן פון קענען. דאס קען אויך האבען א השפעה אויף שפעטער, אז לערנען און קענען ווערען אפגעשיידט אין גאנצען.

חומש על הסדר:-

בעד – דאס איז דאך די פשטות, ניין? אז מ'וויל קענען חומש, דארף מען עס לערנען וויאזוי ס'איז געשריבען. וואס עפעס זאל מען גייען טוישען?

דאס לערנען ווערט ע"מ להבין ולדעת. דער מלמד איז נישט איינגעצוימט מיט די צייט פון די וואך, און יעדער פרשה קען ער אריינלייגען קאפ און מיה אויסצולערנען אויף זייער שטייגער. איין קינד מיינער לערנט יעצט פרשת תרומה. זיין מלמד האט א גאנצע מהלך וויאזוי זיי זאלען קענען משכן, קענען די אלע כלי המשכן, ארויסנעמען פון די פסוקים וואס טוט זיך דארט.

דער קינד האט די שמחה פון ריכטיג קענען א נושא, לעומת דאס האבען שטיקלעך שטיקלעך וואס ער פארשטייט נישט גראד.

נגד – ס'איז שווער צו שמועסען ביים שבת טיש ווען אלע לערנען פארשידענע זאכען. ווי אויך האלט מען בכלל נישט מיט וואס זיי לערנען שוין פון יונגווייז. אוודאי ביי משניות און גמרא גייט עס סייווי אזוי, אחוץ אז מ'לייגט צו כוחות דערפאר, אבער פון אנהייב אן ווערט עס שוין אזוי.

ביים עלטער ווערען האבען זיי קיין שום סבה צו לערנען חומש, ווייל פרשת השבוע איז נישט קיין מחייב און אין ישיבה איז נישט דא קיין סדר פאר חומש.

מיין ערפארונג איז נישט קיין גאנצע ראיה, ווייל מיין קינדער זענען נאכאלס קליין, נאך נישט קיין בחורים. אויכעט, די נייע חדר איז פיהל מער פראפעסיאנעל ווי די פריערידיגע, און די מעלות קענען קומען פון דעם, נישט פון די סדר הלימוד.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר