קאנפיוזן די קינדער, עד היכן (חלק ב')

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

קאנפיוזן די קינדער, עד היכן (חלק ב')

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך וויל זיך באציען אויף א פענאמען וואס די מוסדות האבן לעצטנס אנגעהויבן זיך באנוצן דערמיט אין גרויסן, נעמליך, אז די עלטערן דארפן זעהן זיך צוצושטעלן צו אלע תקנות המוסדות, סיי לגבי השקפה, טעכנאלאגיע, לבוש, אויספלוגן, יו נעים איט. ווייל אויב דאס קינד וועט זעהן א קאנפליקט צווישן די מוסדות און די עלטערן וועט דאס יונג אומרייפע קעפעלע ווערן צעמישט, און חלילה נישט זיין קלאר מיט די יסודות היהדות.

נניח אז דאס האט אין זיך א נקודה של אמת, זענען זיך די מוסדות מיט דעם מורה היתר ארויפצוצווינגען כל מיני חומרות, צומאל איז עס אקעגן געוויסע לייען מאטעריאל, זינגערס, חנוכה פארטיס, אקעגן וואקאציעס, שבתונ'ס, און נאך און נאך, און מען פאדערט כסדר אויף די עלטערן אז מען זאל זיך צושטעלן א הונדערט פראצענט צו די פארלאנגען פון די מוסדות, אלעס "לטובת בנינו וזרעינו", זיי זאלן נישט ווערן צעמישט.

איך האלט אז עס איז א פארברעך מצד די מוסדות צו טון אזעלכע שטיקעס. מען מאכט גזירות שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בהם, אבער אנשטאט צו רעדן צו די עלטערן דירעקט, רעדט מען צו די קינדער אין חדר, יעדער מלמד און מנהל האקט אריין וואס ער מיינט אז עס איז יסוד אין אידישקייט, און נאכדעם קומט מען נאר צו די עלטערן ביי א חינוך דרשה 'אויפמערקזאם מאכן' אז מען זאל נישט סותר זיין די ווערטער פונעם מלמד.. גאנץ כיטרע.

מען וואלט געדארפט קלוגע געלערנטע מלמדים אדער פסיכאלאגן מסביר צו זיין פאר די קינדער אז נישט אלעס איז אזוי שווארץ און ווייס. אבער דער פראבלעם איז אז פסיכאלאגן זענען מוקצה מחמת מיאוס, מיר קענען און ווייסן בעסער פון זיי, מיר האבן דאך דעם חכמת התורה/תורא...
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר