געפארפולע וואפן

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל

געפארפולע וואפן

שליחה דורך יהושע חיים »

איך האב באקומען א מעסעדז (און ענגליש) וואס איך וואלט געוואלט מיטיילן מיטן עולם

א מאן האט גפיצט און געוואשן זיין קאר עס שיין געפאלישט עס זאל גלאנצען, אזוי פארטיהן און זיין ארבעט במערקט ער אז זיין טאכטער האלט א שטיין און מאכט קריצן אויף זיין באליבטע קאר.
זיך נישט קענענדיג זיך באהערשן אויף זיין אויפרעגניש נעמט ער דאס קינד'ס האנט און דערלאנגט א מתנת יד נאכאמאל און נאכאמאל, נישט כאפנדיג אז ער שלאגט איר מיט א רענטש, וואס האט צומזיק'ט דאס קינד'ס פינגערס.
שטייענדיג ביים בעט פון די טאכטער אין שפיטאל און דער דאקטער קומט מודע זיין אז די פינגערס זענען געשעדיגט אז מען וועט עס דארפן אראפנעמן, דער טאכטער דרייט זיך אויס צום טאטע און פרעגט מיט איידלקייט און פון גרויס צער "טאטע ווען גייען מיינע פינגערס צוריקוואקסן?"
דער טאטע לויפט ארויס און רעגט זיך אויף זיין אמ'אחרית'דיגע אקט און פון רעגניש גייט ער צו זיין אמאל באליבטע קאר און נעמט זיך שטויסן די קאר, ארויסגעבנדיג זיין ווייטאג אז ער האט וועגן דעם קאר געטיהן אזא געפערליכע אקט.
פלוצלינג פאלט זיינע אויגן אויף די קריצן וואס זיין טאכטער האט געפירקלט אויף זיין קאר און עס איז געווען געשריבן מיט א קינדירישע שריפט "איך האב דיר ליב טאטע"!!!!!
א טאג דערויף האט די טאטע זיך גענימן דאס לעבען........

דאס געשעט ווען מען נוצט מעטשן און מען ליבט זאכן, ליבשאפט און רעגנישט האט נישט קיין מאס, מענטשן זענען גאמאכט ליב צו האבן און זאכן זענען געמאכט צו נוצן.
(דער מעסעידז גייט ווייטער מיט פראזן און דברי הדרכה זיך צו פארבעסרן דאס לעבען, אבער עד כאן לענינו)

אבער נאכן ליינען די שרעקדיגע משל טראכט איך צו מיר, וואס וואלט איך געטיהן אין אזא מצב. טראכט איך צו מיר אז איך וואלט געהטין דאס זעלבער, אבער הלאט, איך וואלט נישט געטיהן אזא זאך איך וואלט און קיין פאל די גענימן א רענטש צו שלאגן א קינד. אבער ניין טייערע ברידער מען נעמט נישט קיין רענטש צו שלאגן א קינד, מען האט עס אייביג אויף זיך און עס קען שעדיגן אסאך מער ווי א חלק פון די גוף נאר עס קען שאטן און שעדיגן די גאנצע גוף. החיים והמות ביד הלשון און מען האט מיט זיך אייביג זייער א געפארפולע וואפן, אבער עס קען אויך זיין א סם החיים וואס קען היילן וואנדן און בויען א מענשט בפרט און די יארן וואס מען וואקסט, און דאס איז א גרויס אחריות אבער מען האט דאס געגבן פאר יעדער מענטש און יעדער טאטע פון קינדער דארף דן זיין מיט דיני נפשות ממש ווען ער באניצט זיך מיט די כלי הדיבור.
(איך בין נישט קיין שרייבער נאר איך האב דאס געשריבן אונטער דעם רושם וואס א חבר מיינע האט מיר פארציילט אז ער רעדט כמעט נישט מיט זיין טאטע און ווען יא קומט עס אן זייער שווער פאר עהם, און אלס איז פון עפעס וואס זיין טאטע האט עם אריינגעזאגט מיט צען יאר פריער, [איך האב עהם מציע געווען ער זאל גיין אויף הילף, און ער געבט מיר איבער אז עס העלפט א געוואלד]זעהט מען פון דעם ער איז געווען שוין נענטער צו חתונה האבן ווען זיין טאטע האט עהם דאס געזאגט און יארן שפעטער זייענדיג א טאטע פון קינדער האט עס נאך אלס אן עפעקט אויף עהם)

ישר כח אידן און א אדאנק פארן אויסהערן

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר