אונזערע מוסדות

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2066 מאל

אונזערע מוסדות

שליחה דורך אישתישבי »

דאס יאר ביים באקן די מצות, מיין יערליכע חבורה, איז פארענטפערט געווארען א קשיא וואס פלאגט מיר שוין מיום עמדי על דעתי.

א חבורה מצות האט מענטשן איינגעטיילט ביי אלע ארבעט, אנהייבנדיק ביי דער מעלער וואסער, קנעטער, וועלגערער וכדו'.

באמערקענדיג ווי די וואס פאקען און סארטירן די מצות, נעמען זיך מער מצות, שענערע מצות, נישט ווייל זיי ארבעטן שווערער פין די אנדערע, נאר פשוט ווייל זיי דרייען זיך לעבען די מצות, באקומען זיי א שענערע און גרעסערע חלק.

אין א ביזנעס פארשטייט יעדער אז דער בוך האלטער, צו דער קעשיר אין א גראסערי קומט אים נישט צו האלטען מער געלט פשוט ווייל ער דרייט זיך נעבען די געלט, מען וועט אים אפזאגן פין די ארבעט אין דער פאל וואס ער פירט זיך אזוי אויף.

נו, שטעלט זיך א פראגע, מה נשתנה?


אונזערע מוסדות האבען די זעלבע סטייל הנהגה.

א מוסד האט קינדער עלטערען קונים, און מלמדים א קעכער ריינונג סטעף, וכדו'.

אבער אין די אפיס זיצט א מענטש וואס כלומרשט פירט דער מוסד, און ער האט פרנסה בהרחבה בעת וואס די מענטשען וואס ארבעטן באקומען צומאל נישט באצאלט יארען.

פשט, ווייל ער דרייט זיך נעבען די מצות, נעמט ער פאר זיך.

כלומר, אונזערע חבורות סימבאליזירן אונזערע מוסדות.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר