איך ווייס נישט וויפיהל ביכער זענען בנמצא פאר די אידיש רעדענדע ציבור, ווי אויך נישט וויפיל מ'האט געליינט דערוועגען. דעריבער וויל איך ארויפברענגען דער ענין אויסצושמועסען.
ערשטנס, פארוואס דארפען קינדער זיין געהארכזאם? פארוואס איז עס וויכטיג אז זיי זאלען פאלגען זייערע עלטערן? אז מ'ווייסט וואס ליגט אונטער די אינסטינקט, קען מען וויסען וויאזוי עס צו ווידמען און מיט וועלכע מיטלען וועט מען עררייכען אונזער ציל.
א. ערשטנס, דער קינד זוכט און בעט אז מ'זאל איהם פיהרען. דער וועלט איז א שרעקעדיגע פלאץ, און ווען ער\זי ווייסט אז איינער גיבט איהם אנווייזונגען און איינער פאדערט און עקספעקטירט פון איהם געוויסע זאכען, ווייסט ער\זי אז ס'איז דא א סדר, איינער נעמט קעיר, ס׳איז נישט קיין הפקר וועלט.
ב. אלץ א תורה חינוך, דער קינד מוז זיך צוגעוואוינען אז דער וועלט איז נישט הפקר און מ'קען זיך נישט ארומדרייען און טוהן וואס מ'וויל. דער לעבן קומט מיט פליכטן. ווען ער איז דערצו צוגעוואוינט, וועט עס איהם זיין לייכטער אנצונעמען זיינע תורה פליכטען.
ג. אפילו א גוי מוז זיך צוגעוואוינען אז דער וועלט האט גרעניצען, אז מ'טוט וואס מ'וויל און מ'איז נישט גענוג רייך, שטויסט די וועלט צוריק. ער דארף זיך צושטעלען צו די ארומיגע.
צו דעם דארף מען וויסען וויאזוי דאס אויפצובויען און וויאזוי דאס נישט אויפצובויען.
הארכזאמע קינדער - פארוואס און וויאזוי
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9689
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3430 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9090 מאל
דער אשכול פארמאגט 4 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן