חינוך: מחנך זיין צו שטרעבן אויף גדלות?

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

חינוך: מחנך זיין צו שטרעבן אויף גדלות?

שליחה דורך כוכב »

ס'א שאלה וואס דערקוטשעט מיך שוין עידן ועדנים און אצינד וואס מיינע קינדער וואקסן אונטער, לאזט עס מיך נישט מנוחה.
איך בין דערצויגן געווארן מיט א שאיפה צו גדלות. מיינע רבי'ס האבן פארפירט אז יעדער בחור קען אויסוואקסן א רבי עקיבא אייגער, מ'האט געמאנט און געמאנט און געמאנט. פון ווען איך בין געקומען לכלל דעת בין איך מחונך געווארן אז מ'דארף שטרעבן צו בלייבן ביים לערנען און זיין א בן תורה און זיך מוסר נפש זיין פאר תורה וכו' וכו' וכו', און דאס איז די העכסטע דערגרייכונג און דער וועג פאר א תכלית אין לעבן, צו זיצן כל ימי חיי אין בית המדרש פון שם און עבר.
דורכאויס אלע מיינע בחורי'שע יארן האט קיינמאל אפילו נישט געקראסט מיין מיינד אז איך וועל נישט בלייבן זיצן און לערנען, בלויז אזא הווא אמינה וואלט געווען א נארישקייט און א פארראט אויף מיר זעלבסט. מוותר זיין בשתי ידים אויף די אלטימוט? אויף חי נצח? אויף דער גרעסטער תענוג אין לעבן?
יארן זענען דורכגעלאפן און די רעאליטעט אין לעבן קלאפט אריין, מ'דארף שפייזן א געזינדל, הרבה עשו כרבי שמעון, די כולל יארן ווערן נישט אויסגענוצט אזוי איי איי איי ממילא, און מ'גיט זיך איין דריי און מ'טרעפט זיך ארבעטן מצאת החמה עד צאת הנשמה. יעצט, איך גלייב אז אזוי ווי מיר זענען פארהאן טויזנטער און אפשר אפילו צענדליגער טויזנטער וואס זענען דורכגעגאנגען דעם זעלבן ציקל, ווער ס'איז געווען א שטיקל מצוין אין ישיבה האט געהאט די זעלבע געדאנקענגאנג.
בהמשך צו ראובנ'ס שמועס איבער די היינטיגע חינוך סטאנדארטן בין איך איבערצייגט אז דער געדאנק פון שואף זיין צו זיין א גדול בישראל און מחנך זיין יעדן בחור ווי ער גייט זיין דער קומענדיגער רבי עקיבא אייגער איז א נייע זאך. אמאל האט מען אפילו נישט געהאט קיין אנדערע הווה אמינא ווי אז א טאג נאך די לעצטע שבע ברכות גייט מען זוכן א פאסיגן זשאב און קובע זיין עיתים לתורה (כרעדט שוין נישט אינדערהיים נאר אפילו אין אמעריקע ביז דרייסיג יאר צוריק בערך ווען כולל האט אנגעהויבן ווערן אלץ מער און מער א מעינסטרים האט מען אנגעהויבן מחנך זיין דעם דור דערצו).
מיין פראבלעם מיט דעם נייעם מהלך אין חינוך איז, אז אין רעאליטעט ארבעט עס פאר א פיצל פראצענט. וויפיל אידן בלייבן פון שבט לוי? די וואס זענען אין כולל און זענען מגידי שיעור זענען באופן כללי בעלי כשרון און רבנישע קינדער וואס קענען נישט טון עפעס אנדערש, וויפיל דערפון זענען ריכטיגע בני עלי' אז ס'לוינט זיך דער שפיל? א פיצל פראצענט.
וואס טו איך למעשה: כ'האב אן עלף צוועלף, פופצן זעכצן יעריגער בחור א בעל כשרון, זאג איך אים וואקס אויס א גדול אדער א פשוטער ערליכער בעל הבית?
דער עיקר חסרון פון שואף זיין לגדלות איז אין מיינע אויגן ווייל ברבות הימים זעט זיך דער מענטש ווי א דורכפאל און ווי ער האט עס נישט געמאכט, בנוסף האט ער נישט די ריכטיגע חשיבות פאר פשוטע זאכן, קביעת עיתים לתורה און תפלה בכוונה, אז איך בין נישט רבי עקיבא אייגער בין איך דאך גארנישט, אז איך בין גארנישט פארוואס זאל איך לערנען א האלבע שעה משניות ביינאכט. וואנט מעיק איט אר ברעיק איט.
אן ערליכער בעל הבית קען זיין אין מיינע אויגן א בן עלי', לערנט שעות אריכות, מדקדק בקלה כבחמורה, לאזט זיך קאסטן פאר א מצוה און דאוונט ווי א לייט (כ'קען גענוג און נאך אזעלכע אידן) און כ'וואלט מיך געווינטשן אזעלכע קינדער. זאל איך אבער בידים אוועקווארפן די פיצל פראצענט אז מיין קינד וועט זיין דער קומענדיגער פלאצקער גאון און צי זאל איך גרייט זיין צו גיין קעגן דער גאנצער חינוך סיסטעם און קעגן וואס מיינע קינדער וועלן הערן פון זייערע רבי'ס ביז צו דער חתונה און זאגן פאר מיין קינד, אהובי ידידי, איך וויל זאלסט זיין א ירא שמים מרבים א נהנה מיגיע כפו?
בעניי, איז עס א קריטישע שאלה. קען זיין מיינע מחשבות קומען נישט אריין אזוי מסודר, כ'האף אבער אז אנדערע טיילן מיט ענליכע מחשבות ווי מיר און וועלן אנטיילנעמען אין דער דעבאטע.

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר