הגאון ר' מאיר הייזלער: "אונזערע קינדער קענען עוואלוציע"

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10583 מאל

הגאון ר' מאיר הייזלער: "אונזערע קינדער קענען עוואלוציע"

שליחה דורך אבטולמוס »

אין דעם גאר באלערנדן אינטערוויו מיט הג"ר מאיר הייזלער שליט"א אין דעם "ידעתי" מאגאזין אינעם יום טוב'דיגן "מאמענט", איז דער גאון מסביר די וויכטיגקייט צו אדרעסירן פראגעס פון אמונה ברחל בתך הקטנה. ער טענה'ט אז אונזערע קינדער ווייסן סיי ווי אלעס -- מ'קען מער נישט באהאלטן פון זיי. און יא, זיי ווייסן וועגן דער טעאריע פון עוואלוציע אויך. מתוך דבריו איז משמע אז נישט נאר זיי ווייסן וועגן עוואלוציע, נאר עס ברענגט זיי אויך טשאלענדזשעס אין אמונה.

די איראניע איז אז בלויז עטליכע וואכן צוריק האט דער זעלבער מאמענט געהאט אן אינטערוויו מיט דעם עסקן משה דוד נידערמאן פון וויליאמסבורג וועלכער האט פארפירט קעגן די רעגירונג'ס פארלאנגען פאר עדיוקעישאן, צווישן אנדערע מיט דער טענה אז מ'דארף לערנען סייענס און די כפירה'דיגע טעאריע פון עוואלוציע.

מיר פירן מערכות פון פארשידענע פראנטן און אונזער פלאנטער פון סתירות ווערט נאר ערגער און מער אבסורד. פון איין זייט שלאגן מיר זיך אז די קינדער זאלן חלילה נישט לערנען וועגן עוואלוציע ("כפירה") אין אונזערע חדרים דורך פרומע לערערס וואס קענען אויך געבן דעם פרומען פערספעקטיוו, און פון דער אנדערער זייט זענען מיר היסטעריש אז מ'דארף ראטעווען די אמונה פון אונזערע קינדער, ווייל זיי ווייסן אלע וועגן עוואלוציע -- מסתמא דורך דעם אינטערנעט.

קענען זיך אלע רבנים און עסקנים צוזאמענזעצן און אפמאכן וואס מיר ווילן פון אונזערע קינדער?

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר