שמייסען קינדער

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9689
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3429 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9087 מאל

שמייסען קינדער

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב היינט געהערט אויף די ראדיא, אז דער American Academy of Pediatrics האט ארויס געגעבען נייע אנווייזונגען אז פאטשען קינדער קען שטארק שעדיגען אין דער צוקונפט. זיי האבען אייביג געזאגט אז אין סקול זאל מען נישט פאטשען, און יעצט זאגען זיי אז עלטערן קענען אויך שעדיגען קינדער דורך פאטשען אדער פארשעמען. אויף די ראדיא האבען זיי געהאט אן 'עקספערט', וואס האט ווארשיינדליך נישט קיין אייגענע קינדער, מיט עצות וואס צו טון צו דיסציפלינירן קינדער. אומפראקטישע עצות און אלטע אויסגעדראשענע עצות פון 'טיים אוט' (וויאזוי ענפארסירט מען דאס?) און 'אוועק נעמען די קינד פון פלאץ' (וויאזוי? אן געוואלד? איז דעמאלס וויאזוי?) העלפען קיינער נישט, אבער טאמער פאטשען און שעמען איז שעדליך, דארף מען טאקע זוכען נאך אן עצה.

איך האב מיר אמאל אביסל אריינגעטון אין די זאך, צו ליינען די וויסענשאפטליכע ליטעראטור נאכצוגייען גענוי וואס זיי האבען ערפינדען. אוודאי זאגט 'יעדער' אז פאטשען איז שעדליך און 'אלע' ווייסען שוין אז עס העלפט נישט. איך האב אבער געוואלט דערגייען די זאך מער, ובפרט אז עס איז נישט אומער מעגליך צוצושטעלען שטודיעס פון פארשידענע קולטורן און מאכען איין קוגל דערפון.

איך ווייס נישט צו איך האב עס שוין ערגעץ אראפ געברענגט, אבער דא האט איר א שטודיע וואס טענה'ט אז אחוץ די שכל, ווערט אסאך ווייניגער חלקים פון די מענטש געשעדיגט פון פאטשען ווי מ'מיינט. דא האט איר די מסקנא זייערע אויף ענגליש It is concluded that the impact of spanking and CP on the negative outcomes evaluated here (externalizing, internalizing behaviors and low cognitive performance) are minimal. איך האב ערגעץ אנדערש געטראפען אז אלע שעדליכע אורזאכען פון פאטשען זענען היבש ווייניגער ביי אפריקאנער אמעריקאנער, וואס צייגט אז קולטור איז יא א פאקטאר אין דער ענין. איך טרעף נישט פונקט די שטודיע אויף מיין קאמפיוטער.

עס איז נאך דא אסאך צו שמועסען, און מסתמא קען דער עולם צוגעבען אנדערע מקורות און אנווייזונגען דערוועגן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר