ארויסשטעלן קינדער פון חדר: שיטת החתם סופר

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
בן נריהו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 22, 2015 2:03 pm
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

ארויסשטעלן קינדער פון חדר: שיטת החתם סופר

שליחה דורך בן נריהו »

[justify][פילע דאנקע ערשטרעקט פאר א פריינטליכע ניק וואס ער - הייסט דער מאן אונטער די ניק - האט דיזע אשכול אין פליסיג אידיש איבערזעצט, צום געזונטס באצוועק פון דער פיאקער פירער, בערל]

שאלה: נישט אננעמען/ארויסווארפן א קינד וואס דער טאטע גייט נישט אין שפאן?

תשובה: שטייט אין שו"ת חתם סופר ח"ב יו"ד סי' שכ"ב, אבל סרבן ועבריין בעלמא, מאן לימא לן שלא נחוש על בניו שיהיה צדיקים, ואיך נגרשם מהסתפח בנחלת ד'? והנה מהרש"ל בים של שלמה ב"ק י, יג השיג על תשובת רב פלטוי גאון, שיש לגזור על על אשת המוחרם שלא לילך לבית הכנסת ולגרש בניו מבית הספר, וכתב: חלילה במה שכל העולם אינו מתקיים אלא בהבל תינוקות של בית רבן וכו' גם להוציא בניו מבית הספר חלילה וחלילה, וכן פעם אחת בא מעשה לידי שכתב לי חכם וזקן בדורו, בעל הוראה, שאוציא בני המוחרם מהישיבה, ולא השגחתי בו כל עיקר, עכ"ל מהרש"ל.

דער רמ"א ברענגט יא די שיטת רב פלטוי להלכה אין יו"ד סי' שלד, ו, אבער דער מחבר אפאר סעיפים ווייטער ברענגט טאקע רב פלטוי, אבער ער לאזט אויס דעם חלק פון ארויסשטעלן די קינדער פון בית הספר! דער ט"ז פראבירט מחלק זיין ווי אלט די קינדער זענען, אבער אנדערע פארשרייען עם.

הנוגע לענייננו, אלעס גייט דאך היינט מיט "שיטת חתם סופר". גייט נישט דערך א שבע ברכות/בר מצוה/חנוכה פארטי וואס דער דרשן פארענטפערט נישט זיין קשיא בהקדם וואס ס'שטייט אין חתם סופר. גאנץ התבדלות וכו' וכו' וכו' שטאמט אויפן נאמען פון חתם סופר.

ברויך מען באוויסטזיניג זיין אויך פון דעם חתם סופר.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום בן נריהו, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר