צופאסען די חינוך צום דור - די היסטאריא

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9689
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3430 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9090 מאל

צופאסען די חינוך צום דור - די היסטאריא

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב געליינט אן אינטערוויו אין א צייטונג מיט א ראש ישיבה וואס האט מיר געמאכט טראכטן.

יענער האט געזאגט אז די דורות זענען היינט אנדערש, און מיר דארפן זיך ספראוון מיט די היינטיגע יצר הרע וכו׳ וד"ל. האב איך זיך גענומען טראכטן, האמנם?

ניין, נישט צו ס׳איז אמת אז די דורות זענען אנדערש, דאס איז דאך פשוט. מהיכי תיתי אז זיי זאלען זיין די זעלבע? נאר אז די אמאליגע חינוך האט גענומן אין באטראכט זייער אומשטענדן, און דעריבער מוזען מיר היינט נעמן אין באטראכט אונזער אומשטענדן.

ט׳האבען זיי דען געטראכט לויט׳ן דור? אדער האבען זיי געהאלטען אז די תורה האט זיך איר וועג, און אדער אזוי אדער אינגאנצן נישט.

לעבן מיין בעט, האב איך יעצט א ספר פון מוסד הרב קוק וועגן די לעבענס געשיכטע פון דער מהרי"ץ חיות, און אין זיין הקדמה באשרייבן זיי די דור אין וואס דער מהרי"ץ חיות האט געלעבט. ער טענה׳ט דארט אז יעדער וואס האט דעמאלס געשטיצט השכלה איז עס נאר געווען אן ענטפער צו די פראבלעמן פון די דור, נישט בעצמות הדבר. און אפ"ה זענען רוב געווען קעגן.

עכ"פ דאס וויל איך אויסשמועסן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר