הלא הם כתובים על ספר

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן

הלא הם כתובים על ספר

הודעהדורך שליח » זונטאג מאי 12, 2019 6:00 pm

תורה און עבודה. הלכה און השקפה. שפראך און גראמאטיק. היסטאריע - אידישע און אלגעמיינע - און געאגראפיע. קונסט און פילאזאפיע. פסיכאלאגיע, אנטראפאלאגיע און טאג-טעגליכע לעבן. סאציאלאגיע, קולטור און געזעלשאפטליכע פראגן. ביאלאגיע און געזונטהייט. אסטראנאמיע, כעמיע און פיזיקס. טעכנאלאגיע און מאטעמאטיק.
סיי וואס א קלוגער זוכט צו דערגיין און פארשטיין, לקיים מה שנאמר יהב חכמתא לחכימין, אדער א לב רגש זוכט צו פילן און מיטלעבן, לקיים מה שנאמר וגם הנפש לא תמלא, קענען מיר אים ראטן: הלא הם כתובים על ספר. עס איז ערגעצוואו פארשריבן, דו דארפסט נאר וויסן וויאזוי עס אפירצוזוכן און וויאזוי עס אפצוליינען.

הכתב והמכתב איז פון די זאכן וואס זענען באשאפן געווארן ערב שבת בין השמשות. פשט איז, זיי זענען נישט קיין חלק פונעם עצם באשאף, קינדער לערנען זיך אליינס אויס רעדן און הערן און נישט ליינען און שרייבן. אבער פונקט ווי צבת בצבת עשוי', וואס מיר קענען זיך נישט פארשטעלן א וועלט אן man the toolmaker, איז אויך דאס געשריבן ווארט דער יסוד פון אונזער ציוויליזאציע.

ווען נישט די געטליכע מתנה פון שריפט, וואלט חכמה געווען גענצליך אומאפטיילבאר פונעם חכם. זיך לערנען וואלט געמיינט פארן מתאבק זיין תחת רגליו, און ווען ער גייט פון דער וועלט עמו תמות חכמה. א געשעעניש וואלט נאר עקזיסטירט בעולם האידיאות ווילאנג עס לעבט נאך איינער וואס האט עס מיטגעהאלטן, אדער איינער וואס האט עס מקבל געווען איש מפי איש. איינמאל די קייט רייסט זיך איבער איז נישט פארהאן קיין וועג אויף צוריק.
אזא מונדליכע קולטור האט פארמאגט געוויסע מעלות, (דברים שבע"פ אי אתה רשאי לאומרם בכתב), אבער דאס געשריבן ווארט האט מער ווייניגער געזיגט. היינט קענט איר עפענען א מנחת חינוך און ר' יוסף באב"ד איז עומד כנגדך. איר עפנט א ביכל, און דאס הארץ קלאפט אייך מיטהאלטנדיג די אמעריקאנע רעוואלוציע. אדער עס בליצט אויף אין אייער מוח דאס וואס האט אמאל אויפגעבליצט אין איינשטיין'ס, ליינענדיג איבער רעלאטיוויטעט.

אבער דאס געשריבענע ווארט איז נישט די איינפאכסטע מיטל פארן מוח צו באקומען אינפארמאציע, דאס איז די מעלה און חסרון פון שריפט. א בילד רעדט טויזענט ווערטער, אבער אויב ווילסטו ביי דיר אויספארעמען א בילד, נוצנדיג טויזענט געשריבענע ווערטער, דארף דיין מוח פיבערהאפטיג ארבעטן. איר קענט נישט פאסיוו אויפנעמען אינפארמאציע, איר דארפט דאס אליינס צוקייען און אראפשלינגען. נישט אלעס קען מען זאגן, דער קונץ איז ליינען דאס אומגעשריבענע, נוצנדיג די ווערטער אלס לייטער אליינס ארויפצוקריכן.
(אויב ווילט איר וויסן מער איבער די אויסטערליש קאמפליצירטע אויפגאבע וואס ווערט דורכגעפירט דורכן מוח ביים ליינען, פון מעכאניש רוקן די אויגן ביזן אויפבויען mental models און cognitive pictures, קענט איר זיך לערנען דערוועגן אין ביכער, זעלבספארשטענדליך. ווי אין Proust and the Squid: The Story and Science of the Reading Brain און The Reading Mind: A Cognitive Approach to Understanding How the Mind Reads).

די אייגנארטיגע הנאה פון ליינען דארף מען פלעגן פון די יוגנט. דאס איז פון די וויכטיגסטע טאלאנטן און גרעסטע מתנות וואס איר קענט געבן פאר אייער קינד. דערמיט עפנט איר אים פרישע טויערן און אנטפלעקט אים נייע וועלטן.

ווען די מערסט קאמפליצירטע חיבור אין וואס א 15 יעריג בחור'ל איז עוסק, נאכן סידור, איז א קאמיקס ביכל געמאכט פאר קינדער א דריטל זיין עלטער, מיינט דאס אז ער האט נאך קיינמאל נישט געשפירט דעם גוטן טעם פון אויסנאגן די אינטעלעקטועלע זאפט פון א טעקסט ביזן לעצטן טראפ. די וואס האלטן נישט ביים לערנען איז עס אסאך מאל ווייל זיי האלטן נישט ביים ליינען, זיי האבן נישט קיין אינטערעסע (אדער ווייסן נישט וויאזוי) קונה צו זיין חכמה מתוך הכתב.


גוטע ליינער באקומען א מער סאפיסטיקירטע חוש פאר שפראך. זיי רעדן בעסער, שרייבן בעסער, און געבן זיך בעסער אן עצה מיט קאמפליצירטע געדאנקען.
ליינען געבט פאר קינדער הקדמות אין ברייט-פארשפרייטע תחומים, וואס מאכט לערנען סיי-וואס פיל גרינגער. אפילו קינדער וועלכע ליינען בלויז פיקציע וועלן אויפכאפן פאקטן איבער היסטאריע, געאגראפיע, פאליטיק, און וויסנשאפט.
א קינד וואס ליינט אסאך, פארמאגט נישט נאר א רייכערע שפראך און מער ידיעות, נאר איז אויך קלוגער, רייפער, בעסער אנטוויקלט און מער אינהאלטספול.
פלייסיג ליינען געבט פאר קינדער א ברייטן פערספעקטיוו. נאכן זען דאס לעבן דורך די אויגן פון הונדערטער אנדערע דערציילער, זעען זיי אז ס'איז פארהאן מערערע וועגן צו באטראכטן מצבים; ס'זענען דא אפאר זייטן אין רוב געפעכטן, און רוב דילעמאס זענען נישט אזוי פשוט ווי זיי קוקן אויס פון אויבנאויף.
ליינען העלפט קינדער ארויסקריכן פון זייער עגאאיזם און מיטפילן מיט אנדערע. דער יסוד פון מיטגעפיל איז די מעגליכקייט צו פארשטיין יענעמ'ס קוקווינקל. ליינען ברענגט קינדער צו טויזנטער אנדערע לעבנס, געבנדיג זיי צו פארשטיין מיט אלע זייערע קאמפליקאציעס.
פלייסיגע ליינער אנטדעקן א וועלט פול מיט מעגליכקייטן און געלעגנהייטן. נישט קיין חילוק ווי באגרעניצט די וועלט אין וואס זיי וואקסן אויף איז, מיט ליינען קענען זיי גיין סיי וואו. זיי קענען חלומ'ן סיי וואס.
גוטע ליינער אנטוויקלען די טאלאנטן צו טראכטן קריטיש. זיי לערנען זיך נאכצוגיין קאמפליצירטע ארגומענטן און האלטן אין קאפ פארוויקלטע פרטי המעשה.
א ליבע צו ליינען און לערנען איז פון די הויפט הנאות אין לעבן.


דערפאר איז וויכטיג צוצושטעלן אינטערעסאנטע, אינהאלטסרייכע ליין מאטעריאל פאר יעדן קינד לויט זיין עלטער און פארשטאנד. קינדער וועלכע האבן נישט קיין געדולד, קענען אנהויבן מיט קורצע מעשה'לעך און דאן גיין צו לענגערע. א גוטע עצה איז אנצוהויבן דערציילן א מעשה און זיך אפשטעלן ביי אן אינטערעסאנטער פונקט. אויב ווילן די קינדער וויסן וויאזוי די מעשה ענדיגט זיך, מוזן זיי אליין ליינען ווייטער. אין אנהויב קענט איר דערציילן רוב, דערנאך ווייניגער און ווייניגער, ביז דאס קינד וועט זיך געוואוינען צו געשריבענע שפראך און ליינען אליינס. אדער קענט איר צוזאמען ליינען א מעשה וואס פארמאגט אסאך דיאלאג, איר וועט פארליינען די ווערטער פון איין כאראקטער און דאס קינד די צווייטע.

ווען מעגליך, איז זייער כדאי איבערשמועסן מיטן קינד וואס ער האט געליינט. נישט ווי א קרייץ פארהער, נאר פארפירט מיט אים אן אנגענעמע שמועס. געפעלט דיר די מעשה? פארוואס יא אדער נישט? מיט עלטערע מעגט איר שוין טיפער אריינגיין. וואס האט דער שרייבער געמיינט מיט די ווערטער? איז ער גערעכט? פארוואס יא אדער נישט? וויאזוי וואלט דער שרייבער געקענט פארבעסערן, פארשענערן, אדער קלארער מאכן? איז די מעשה אמת אדער פיקטיוו? וואלט עס געקענט זיין אמת? פארוואס יא אדער נישט? וויאזוי מאכט דער שרייבער עס זאל זיך ליינען ווי א אמת'ע מעשה? וויאזוי וואלט ער עס געקענט מאכן מער אמת'דיג? וואס וואלסטו געטוישט אין די מעשה? אזעלכע פראגעס לערנען די קינדער צו זיין אקטיווע מיטארבעטער מיטן שרייבער און ברענגען זיי א רייץ צום ליינען, צו קענען מיטהאלטן און צוגעבן צום שמועס.

ווען קינדער פארשטייען נישט א ווארט וואס זיי ליינען, איז געווענליך בעסער זיי נישט צו פיטערן דעם ענטפער אין מויל אריין, נאר אויסלערנען טראכטן וואס עס מיינט לויטן ארומיגן ענין. אויך איז ראטזאם, ווען זיי לערנען זיך א נייע ווארט, זיי צו ערקלערן דעם שורש און זוכן נאך ווערטער וועלכע שטאמען פונעם זעלבן שורש.

(מער דעטאלירטע עצות וועלן נאכפאלגן בל"נ).
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 506 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 724 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » זונטאג מאי 12, 2019 6:20 pm

הערליך געשריבן, גוטע זאפט אויסצונאגן. מיר ווארטן אויף די ווירקזאמע עצות.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1610
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1888 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2112 מאל

Re: הלא הם כתובים על ספר

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 12, 2019 7:07 pm

זייט די חינוך אפטיילונג האט זיך געגרינדעט, האב איך געהאט בדעת (בחלום) צו עפענען אזא אשכול. איך האב ערגעץ אנגעהויבן אן אשכול, וואס האט נישט געצויגן צופיהל אויפמערקזאמקייט, אויף פיקציע בכללות. אבער שליח האט געטון וואס איך קען נישט. כה לחי!

אלס אינגעל האב איך געליינט ביכער וואס היינט זעי איך שוין נישט פאר מיין קינדער. מארקוס לעהמאן, מיט זיין ליבע געשיכטעס, זענען שוין פארשוואונדען פון די מאפע, און מיין קינדער האבען עס נישט.

אסאך זייטיגע ידיעות באקומט מען פון די סארט היסטארישע פיקציע.

מיין צען יעריגע האט מיר געבעטן פאר זיין אפיקומן א בוך אויף אידישע היסטאריא פון הרב יוסף אייזן. ער נעמט עס טעגליך אין חדר און ער ליינט עס אויפ׳ן באס.

עס איז אבער נאכאלס דא א שטארקען מאנגאל פאר דער וואס האט ליעב צו ליינען. יעצט זע׳מיר אין די קאמיק בוק עפאכע, פאר דעם איז עס געווען די פרויערישע וויינעדיגע ביכער עפאכע, און פאר דעם איז געווען די אקטשען ביכער, מיט מוסד אגענטורן, נאציס, א קלוג אינגעל און אפאר השגחה פרטית טוויסטס אויף די פיקציע פאליצע. מ׳דארף אינהאלטסרייכע ביכער, וואס דרוקן אויס די שעפערישקייט פון די שרייבער און די ברייטקייט פון די מענטשליכע ערפארונג. שיסען און באמבאדירען, מופתים און איידענטיקעל צווילינגן, זענען תירוצים פאר דער וואס קען נישט אויסטראכטן א מעשה אונטער די ראמען פון עולם הזה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
בילד
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8882
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3087 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8335 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג מאי 12, 2019 8:48 pm

הייליגע ווערטער, @שליח!

עס איז דא אסאך צו שרייבן איבער דעם ענין, אבער לאמיך זאגן עטליכע הערות.

א. די צייט אנצופאנגען שטופן א קינד צו לייענען ענגליש, איז נאר נאכדעם וואס ער לייענט שוין אידיש פלוסיג, און האט שוין אן אמת'ן געשמאק אין לייענען. (דאס איז בנוגע לייענען מעשה-ביכער. רעדן און פארשטיין ענגליש דארף דאס קינד ווי פריער ס'איז מעגליך.) ממילא איז גאר וויכטיג אוועקצושטעלן א פעסטן יסוד אין לייענען אסאך אויף דער אידישער שפראך.

ב. טייל קינדער כאפן זיך צו צו ביכער מדעת עצמם, אבער פאר טייל פארלאנגט זיך אן ערנסטן אינוועסטמענט פון די עלטערן. ס'איז נישט גענוג צו געבן א שיינעם בוך פאר'ן קינד, אדער צוזאגן א פרייז אויב ער ענדיגט דעם בוך. נאר דער טאטע אדער מאמע דארפן פארברענגען אסאך צייט צו לייענען צוזאמען מיט'ן קינד.

ג. לייענען צוזאמען מיינט אז אנפאנג זאל דער ערוואקסענער לייענען 70-80% פונעם טעקסט, און צוביסלעך, איבער לאנגע חדשים, לאזן דעם קינד איבערנעמען צו לייענען מער און מער.

ד. מ'קען אנפאנגען לייענען מיט קינדער גאנץ פרי. פאנג אן מיט די "מלכי און יאסעלע" ביכער, ווייטער צו די הערשי ביכער (זע קינדער שפיל קאטאלאג זייטן 26-28), נאכדעם קען מען לייענען קאמיקס, נאכהער גרינגע געפינטלטע ביכער ווי "קינדער דערציילן", ווייטער די נאוועלעס פון חיים אליאב וכדומה, און נאכדעם מער ערנסטע ביכער ווי "די צווייטע וועלט מלחמה".
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2474
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3118 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9731 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » זונטאג מאי 12, 2019 9:37 pm

שליח, סאיז אינטערסאנט אז דיין געדאנק געבסטו טאקע איבער דורך כתב.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3799
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4638 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1878 מאל

הודעהדורך רימון » דינסטאג מאי 14, 2019 10:39 am

א הייליגע אשכול געשריבן מיט'ן גאלדענעם שפראך פון רבינו @שליח. כ'האב נעכטן פארגעליינט דעם גאנצן אשכול פאר מיין ווייב און זי האט זייער הנאה געהאט דערפון, בנוגע דעם אויספיר צו געבן רידיניג קאמפריהענשאן טרענירונג פאר די קינדער נאכ'ן ליינען א מעשה, זאגט זי אז דאס איז עפעס וואס מ'לערנט מיט די מיידלעך אין שולע. פאר מיר איז דאס געווען נאך אן אנדייטונג איבער דער שוידערליכער געפ וואס איז דא צווישן חינוך הבנים און חינוך הבנות אויף אזעלכע בעיסיק און עלעמענטארע זאכן ווי אויסלערנען פארשטיין די פשוטע הבנת הנקרא.
בנוגע די באגרעניצונגען פון שפראך און ווי עס פאדערט זיך צומאל דער תורה שבעל פה אדער די פארשטאנד צו ליינען צווישן די שורות, וועל איך ציטירן פון גדול האחרונים מרן החזון איש, וועלכער איז גלייכצייטיג געווען אויך דער גדול הכותבים זייענדיג באשאנקען מיט א צוויי זייטיגן פעדער, ווי אין די בריוון האט ער זיך באנוצט מיט א לשון פיוטי און אין די ספרים אין א קורצע הארט לאגישע און אויסגערעכנטע שפראך און טראץ וואס ער האט געהאט אזא ענדלאזע קוואל פון טינט אין זיין פעדער און א מעגליכקייט זיך אויסצודרוקן און ארויסברענגען סיי די דקות'דיקסטע סברות פון מח און פארשטאנד און סיי די געפילישסטע הרגשי אש און פלאמעדיגע אינטיאוציעס פון הארץ, דאך האט ער זיך צומאל אנגעשטאפלערט מיט די באגרעניצונגען פונעם פעדער, וז"ל:

ומטבע בני אדם לקרוא את הכתוב בספר בשטחיות ובמהירות כקורא אגרת ומקניני החכמה להתרגל לדקדק בלשון חכמים כי דבריהם נכתבו בדקדוק עיוני, וקריאת המהירות וקריאת העיון הן הפכיות על הרוב ותוצאותיהן נגדיות, ובשביל נטיית האדם אל החפזון וביחוד לבעלי תפישה מהירה, יקרה שחכמים יקראו בספרים וייחסו להם דברים שלא חשבו ולא פללו, או שלא ימצאו את הדייקנות בשהם. וביחוד בדברים שבאמת הם עמוקים והכתב נפגש בקושיים להבליט את עומקם…

רימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 241
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1083 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל

Re: הלא הם כתובים על ספר

הודעהדורך חסיד פון ליטא » דינסטאג מאי 14, 2019 11:01 am

הערליכער מאמר.

מעניין לעניין, וואלט איך געהאפט אין אן עולם התיקון אז מ'זאל לערנען די קינדער שרייבן און ליינען געפיהלן, דאס איז א צורך חיוני פארן נפש און העלפט אינעם אנטוויקלונג פונעם קינד.
איך ווארט אויפן טאג וואס אין יעדע שולע וועט מען לערנען מיט די קינדער די יסודות פון ארט פונקט ווי מען לערנט מיט זיי קרי וכתיב.
די מציאות פון זיך אויסדרוקן די געפיהלן גיבט א חשיבות צום עצם געפיהל און קען היילן גייסטיש ליידנדע און אויך פארמיידן דאס ליידן מתחילה.
ארט איז נישט בלויז פאר שוואוילטאג, ארט איז אן אלוועלטליכע שפראך וואס ווערט שוין געשריבן נאך איידער סיי וועלכע שפראך איז געשריבן געווארן און זי ווערט פארשטאנען דורך מענטשן פון אלע שטרעמונגען איבער דאס וועלט.
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 330 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

הודעהדורך אגרות צפון » מיטוואך מאי 15, 2019 3:16 pm

הערליך אראפגעלייגט.

ליטוואק האט מיך אויפגעברענגט נאסטאלאגישע געפילען מיטען דערמאנען מארקוס לעהמאן, עכט רייך געשריבען מלא תוכן, אבער ווי שוין ערווענט איז עס אראפ פון די שעלווס, און בכלל איז עס מער געמאכט פאר גרעסערע קינדער, בנוגע היינט וואלט איך ממליץ געווען די ביכער פון אבנר גאלד, א היפש גרינגע שפראך מלא תוכן און ער נעמט דיך אויף א רייד ארום די היסטאריע פון יענע צייט.
אגרות צפון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:16 am
האט שוין געלייקט: 171 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל


גיי צוריק חינוך

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט