הלא הם כתובים על ספר

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 803 מאל

הלא הם כתובים על ספר

שליחה דורך שליח »

תורה און עבודה. הלכה און השקפה. שפראך און גראמאטיק. היסטאריע - אידישע און אלגעמיינע - און געאגראפיע. קונסט און פילאזאפיע. פסיכאלאגיע, אנטראפאלאגיע און טאג-טעגליכע לעבן. סאציאלאגיע, קולטור און געזעלשאפטליכע פראגן. ביאלאגיע און געזונטהייט. אסטראנאמיע, כעמיע און פיזיקס. טעכנאלאגיע און מאטעמאטיק.
סיי וואס א קלוגער זוכט צו דערגיין און פארשטיין, לקיים מה שנאמר יהב חכמתא לחכימין, אדער א לב רגש זוכט צו פילן און מיטלעבן, לקיים מה שנאמר וגם הנפש לא תמלא, קענען מיר אים ראטן: הלא הם כתובים על ספר. עס איז ערגעצוואו פארשריבן, דו דארפסט נאר וויסן וויאזוי עס אפירצוזוכן און וויאזוי עס אפצוליינען.

הכתב והמכתב איז פון די זאכן וואס זענען באשאפן געווארן ערב שבת בין השמשות. פשט איז, זיי זענען נישט קיין חלק פונעם עצם באשאף, קינדער לערנען זיך אליינס אויס רעדן און הערן און נישט ליינען און שרייבן. אבער פונקט ווי צבת בצבת עשוי', וואס מיר קענען זיך נישט פארשטעלן א וועלט אן man the toolmaker, איז אויך דאס געשריבן ווארט דער יסוד פון אונזער ציוויליזאציע.

ווען נישט די געטליכע מתנה פון שריפט, וואלט חכמה געווען גענצליך אומאפטיילבאר פונעם חכם. זיך לערנען וואלט געמיינט פארן מתאבק זיין תחת רגליו, און ווען ער גייט פון דער וועלט עמו תמות חכמה. א געשעעניש וואלט נאר עקזיסטירט בעולם האידיאות ווילאנג עס לעבט נאך איינער וואס האט עס מיטגעהאלטן, אדער איינער וואס האט עס מקבל געווען איש מפי איש. איינמאל די קייט רייסט זיך איבער איז נישט פארהאן קיין וועג אויף צוריק.
אזא מונדליכע קולטור האט פארמאגט געוויסע מעלות, (דברים שבע"פ אי אתה רשאי לאומרם בכתב), אבער דאס געשריבן ווארט האט מער ווייניגער געזיגט. היינט קענט איר עפענען א מנחת חינוך און ר' יוסף באב"ד איז עומד כנגדך. איר עפנט א ביכל, און דאס הארץ קלאפט אייך מיטהאלטנדיג די אמעריקאנע רעוואלוציע. אדער עס בליצט אויף אין אייער מוח דאס וואס האט אמאל אויפגעבליצט אין איינשטיין'ס, ליינענדיג איבער רעלאטיוויטעט.

אבער דאס געשריבענע ווארט איז נישט די איינפאכסטע מיטל פארן מוח צו באקומען אינפארמאציע, דאס איז די מעלה און חסרון פון שריפט. א בילד רעדט טויזענט ווערטער, אבער אויב ווילסטו ביי דיר אויספארעמען א בילד, נוצנדיג טויזענט געשריבענע ווערטער, דארף דיין מוח פיבערהאפטיג ארבעטן. איר קענט נישט פאסיוו אויפנעמען אינפארמאציע, איר דארפט דאס אליינס צוקייען און אראפשלינגען. נישט אלעס קען מען זאגן, דער קונץ איז ליינען דאס אומגעשריבענע, נוצנדיג די ווערטער אלס לייטער אליינס ארויפצוקריכן.
(אויב ווילט איר וויסן מער איבער די אויסטערליש קאמפליצירטע אויפגאבע וואס ווערט דורכגעפירט דורכן מוח ביים ליינען, פון מעכאניש רוקן די אויגן ביזן אויפבויען mental models און cognitive pictures, קענט איר זיך לערנען דערוועגן אין ביכער, זעלבספארשטענדליך. ווי אין Proust and the Squid: The Story and Science of the Reading Brain און The Reading Mind: A Cognitive Approach to Understanding How the Mind Reads).

די אייגנארטיגע הנאה פון ליינען דארף מען פלעגן פון די יוגנט. דאס איז פון די וויכטיגסטע טאלאנטן און גרעסטע מתנות וואס איר קענט געבן פאר אייער קינד. דערמיט עפנט איר אים פרישע טויערן און אנטפלעקט אים נייע וועלטן.

ווען די מערסט קאמפליצירטע חיבור אין וואס א 15 יעריג בחור'ל איז עוסק, נאכן סידור, איז א קאמיקס ביכל געמאכט פאר קינדער א דריטל זיין עלטער, מיינט דאס אז ער האט נאך קיינמאל נישט געשפירט דעם גוטן טעם פון אויסנאגן די אינטעלעקטועלע זאפט פון א טעקסט ביזן לעצטן טראפ. די וואס האלטן נישט ביים לערנען איז עס אסאך מאל ווייל זיי האלטן נישט ביים ליינען, זיי האבן נישט קיין אינטערעסע (אדער ווייסן נישט וויאזוי) קונה צו זיין חכמה מתוך הכתב.


גוטע ליינער באקומען א מער סאפיסטיקירטע חוש פאר שפראך. זיי רעדן בעסער, שרייבן בעסער, און געבן זיך בעסער אן עצה מיט קאמפליצירטע געדאנקען.
ליינען געבט פאר קינדער הקדמות אין ברייט-פארשפרייטע תחומים, וואס מאכט לערנען סיי-וואס פיל גרינגער. אפילו קינדער וועלכע ליינען בלויז פיקציע וועלן אויפכאפן פאקטן איבער היסטאריע, געאגראפיע, פאליטיק, און וויסנשאפט.
א קינד וואס ליינט אסאך, פארמאגט נישט נאר א רייכערע שפראך און מער ידיעות, נאר איז אויך קלוגער, רייפער, בעסער אנטוויקלט און מער אינהאלטספול.
פלייסיג ליינען געבט פאר קינדער א ברייטן פערספעקטיוו. נאכן זען דאס לעבן דורך די אויגן פון הונדערטער אנדערע דערציילער, זעען זיי אז ס'איז פארהאן מערערע וועגן צו באטראכטן מצבים; ס'זענען דא אפאר זייטן אין רוב געפעכטן, און רוב דילעמאס זענען נישט אזוי פשוט ווי זיי קוקן אויס פון אויבנאויף.
ליינען העלפט קינדער ארויסקריכן פון זייער עגאאיזם און מיטפילן מיט אנדערע. דער יסוד פון מיטגעפיל איז די מעגליכקייט צו פארשטיין יענעמ'ס קוקווינקל. ליינען ברענגט קינדער צו טויזנטער אנדערע לעבנס, געבנדיג זיי צו פארשטיין מיט אלע זייערע קאמפליקאציעס.
פלייסיגע ליינער אנטדעקן א וועלט פול מיט מעגליכקייטן און געלעגנהייטן. נישט קיין חילוק ווי באגרעניצט די וועלט אין וואס זיי וואקסן אויף איז, מיט ליינען קענען זיי גיין סיי וואו. זיי קענען חלומ'ן סיי וואס.
גוטע ליינער אנטוויקלען די טאלאנטן צו טראכטן קריטיש. זיי לערנען זיך נאכצוגיין קאמפליצירטע ארגומענטן און האלטן אין קאפ פארוויקלטע פרטי המעשה.
א ליבע צו ליינען און לערנען איז פון די הויפט הנאות אין לעבן.


דערפאר איז וויכטיג צוצושטעלן אינטערעסאנטע, אינהאלטסרייכע ליין מאטעריאל פאר יעדן קינד לויט זיין עלטער און פארשטאנד. קינדער וועלכע האבן נישט קיין געדולד, קענען אנהויבן מיט קורצע מעשה'לעך און דאן גיין צו לענגערע. א גוטע עצה איז אנצוהויבן דערציילן א מעשה און זיך אפשטעלן ביי אן אינטערעסאנטער פונקט. אויב ווילן די קינדער וויסן וויאזוי די מעשה ענדיגט זיך, מוזן זיי אליין ליינען ווייטער. אין אנהויב קענט איר דערציילן רוב, דערנאך ווייניגער און ווייניגער, ביז דאס קינד וועט זיך געוואוינען צו געשריבענע שפראך און ליינען אליינס. אדער קענט איר צוזאמען ליינען א מעשה וואס פארמאגט אסאך דיאלאג, איר וועט פארליינען די ווערטער פון איין כאראקטער און דאס קינד די צווייטע.

ווען מעגליך, איז זייער כדאי איבערשמועסן מיטן קינד וואס ער האט געליינט. נישט ווי א קרייץ פארהער, נאר פארפירט מיט אים אן אנגענעמע שמועס. געפעלט דיר די מעשה? פארוואס יא אדער נישט? מיט עלטערע מעגט איר שוין טיפער אריינגיין. וואס האט דער שרייבער געמיינט מיט די ווערטער? איז ער גערעכט? פארוואס יא אדער נישט? וויאזוי וואלט דער שרייבער געקענט פארבעסערן, פארשענערן, אדער קלארער מאכן? איז די מעשה אמת אדער פיקטיוו? וואלט עס געקענט זיין אמת? פארוואס יא אדער נישט? וויאזוי מאכט דער שרייבער עס זאל זיך ליינען ווי א אמת'ע מעשה? וויאזוי וואלט ער עס געקענט מאכן מער אמת'דיג? וואס וואלסטו געטוישט אין די מעשה? אזעלכע פראגעס לערנען די קינדער צו זיין אקטיווע מיטארבעטער מיטן שרייבער און ברענגען זיי א רייץ צום ליינען, צו קענען מיטהאלטן און צוגעבן צום שמועס.

ווען קינדער פארשטייען נישט א ווארט וואס זיי ליינען, איז געווענליך בעסער זיי נישט צו פיטערן דעם ענטפער אין מויל אריין, נאר אויסלערנען טראכטן וואס עס מיינט לויטן ארומיגן ענין. אויך איז ראטזאם, ווען זיי לערנען זיך א נייע ווארט, זיי צו ערקלערן דעם שורש און זוכן נאך ווערטער וועלכע שטאמען פונעם זעלבן שורש.

(מער דעטאלירטע עצות וועלן נאכפאלגן בל"נ).
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff

דער אשכול פארמאגט 7 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר